מכתב יומי
כג סיון תשע"ט
June 26 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמב): "דַּע שֶׁיֵּשׁ בְּחִינַת אֲרִיךְ אַנְפִּין בַּקְּלִפָּה", עס איז דא א קליפה פון אריך אנפין, "וּמִי שֶׁפּוֹגֵעַ בְּאִשָּׁה מִבְּחִינָה זוֹ קָשֶׁה לוֹ לְהִנָּצֵל מֵהִרְהוּר וְאַף אִם יַעֲצִים עֵינָיו, אַף עַל פִּי כֵן בְּכָל צַד שֶׁיִּפְנֶה תִּזְדַּמֵּן לוֹ", און ווער עס פאלט אריין אין דעם איז זייער שווער זיך צו היטן די אויגן, אפילו ער וועט אראפקוקן און צומאכן די אויגן וועט עס אים נאכלויפן, "כִּי הִיא בְּחִינַת אֲרִיךְ אַנְפִּין שֶׁל הַקְּלִפָּה, שֶׁהֵם פָּנִים אֲרֻכִּים וְעַל כֵּן בְּכָל צַד שֶׁיִּפְנֶה תִּזְדַּמֵּן לוֹ", ווען מען פאלט אריין אין די תאוה איז זייער שווער צו האבן ריינע אויגן, ווייל וואו מען גייט און וואו מען קוקט זעט מען די קליפה רחמנא לצלן, "וְדַע שֶׁצְּדָקָה הוּא סְגֻלָּה גְּדוֹלָה וּמוֹעֶלֶת מְאֹד לְהִנָּצֵל מֵהִרְהוּרֵי נִאוּף", און וויסן זאלסטו אז צדקה איז א סגולה ארויס צו גיין פון דעם.
אז דו זוכסט אן עצה ארויס צו קריכן פון די קליפה אין וואס דו דערטרונקסט זיך זאלסטו עוסק זיין אין צדקה, און די גרעסטע צדקה איז דרוקן די הייליגע ספרים פון רבי'ן וואס פארשפרייט די אמונה פאר די גאנצע וועלט. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּיקוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל פאררעכטן וואס ער האט אלץ פוגם געווען אין די עבירה פון פגם הברית, זאל עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; העלפן פארשפרייטן די הייליגע עצות פאר די גאנצע וועלט.
זע צו לערנען לכל הפחות א דף גמרא יעדן טאג ווייל נאר דאס בלייבט פונעם מענטש, אלעס אנדערש איז הבל הבלים. א שאד די פלאג און די מי וואס מען מוטשעט זיך אויף די וועלט, עס בלייבט גארנישט איבער נאר דאס ביסל גוטע מעשים, תורה תפילה און מעשים טובים וואס מען כאפט אריין.
איך דאנק דיר פאר'ן העלפן די מוסד וואו מיר זענען מחנך אונזערע קינדער מיט די עצות פון רבי'ן. שטילערהייט וואקסט אויף א נייע דור וואס דארפן גארנישט, זיי ווילן נאר טון דעם רצון פונעם אייבערשטן. קום און הער זיך אונטער די שמועסן אין חדר צווישן די אינגלעך און אין סקול צווישן די מיידלעך און אזוי אויך ביי די בחורים, יעדער דערציילט מעשיות פון תפילה, יעדער לעבט מיט א חיות.
איך וועל נישט געבן מארגן קיין שיעור, איך פאר ארויס אין קעמפ מיטן הילף פונעם אייבערשטן.
בעט פאר מיר; איך דארף אסאך רחמי שמים צו האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
בלייב אין שטוב; פארוואס זאלסטו זוכן יעדע נאכט אנדערע תירוצים וואו צו גיין פארברענגען וכו' וכו', דו האסט דאך א טייערע ווייב תחי'! זי וויל פארברענגען מיט דיר, זי ווארט אויף דיר א גאנצן טאג אביסל צו שמועסן; פארוואס זאלסטו לויפן צו מענטשן וואס דארפן דיר נישט פאר דיין אינטערעסע, זיי ווילן דיר נאר פאר זייער אייגענע אינטערעסן.
איך שרייב דיר דעם בריוו מיט בלוט פון מיין הארץ, גלייב מיר איך האב נישט קיין ברעקל צייט, קוים אויף אראפ צו שלינגען די שפייעכץ; מאך זיך א חשבון וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג... איך שרייב דיר דעם בריוו מיט בלוט ווייל איך וויל דיר העלפן, דו ביסט ביי מיר באליבט ווי מיינע אייגענע קינדער; יעדער תלמיד הישיבה איז ביי מיר ווי אן אייגן קינד, נישט א בחינה נאר בפועל ממש.
ברענג נישט אריין אין שטוב דיין טעלעפאון פון די ארבעט, איך האב דיר דאס שוין אזויפיל מאל געבעטן; עס שטערט דיין ווייב אז דו רעדסט נישט מיט איר, זי וויינט צו מיר איך זאל רעדן צו דיר, זי האט דיר ליב, זי וויל האבן דעם לעבן פון נאך די חתונה ווען דיין קאפ איז נאך געווען קלאר און ריין, ווען דו האסט נאר געזען איין און געטראכט נאר פון איר.
הייב היינט אן פונדאסניי און האלט דיין שטוב ריין; יעדע איבעריגע מינוט וואס דו האסט אין שטוב, למשל ווען דיין ווייב איז פארנומען מיט די שטוב ארבעט - זאלסטו נעמען דעם חומש'ל אדער דעם משניות'ל וואס זיי זענען דיינע נאנטסטע חברים, זיי וועלן דיר קיינמאל נישט אפלאזן.
זאג אפאר קאפיטלעך תהילים; בעט פאר דיר, פאר דיין ווייב און קינדער. איך קען אויך נוצן אביסל תפילה פון דיר, בעט פאר מיר איך זאל האבן כח ממשיך זיין ווייטער מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן; ווי נישט ווי האסטו דאך מקבל געווען פון מיר אביסל גוטס וכו' וכו'.
בנוגע וכו'; מוהרא"ש איז דארט וואו מען רעדט פון אים און וואו מען טוט וואס ער האט גערעדט און געשריבן אלע זיינע יארן וד"ל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.