מכתב יומי

כג סיון תשפ"ב

June 22 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע רופן דיינע פריינט זיי צו בעטן צדקה פאר די מוסד; דו זאגסט עס איז דיר שווער וכו', דו שעמסט זיך וכו'.


איך פארשטיי דיר, איך ווייס עס איז שווער; אבער טראכט איין מינוט פון מיר, ווי שווער איז מיר ווען איך מוטשע זיך טאג און נאכט צו בארגן און באצאלן פון דעם צו יענעם - פאר דיר, פאר דיינע קינדער און פאר דיינע דורות.


דאס ווייסטו אז איך בארג נישט פאר מיר, מוהרא"ש האט מיר געלערנט 'ענדערש זיי שולדיג פאר דיר אליינס, ווי פאר יענעם'. עס איז געווען צייטן וואס מיר האבן נישט געהאט קיין פרוטה אין שטוב, איך האב קיינעם נישט געבעטן און פון קיינעם נישט גענומען. איך געדענק ווען מוהרא"ש פלעגט רעדן ביי די שיעורים פון צדקה, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "פארוואס געבן נישט מענטשן צדקה? ווייל מען מיינט אז מען דארף געבן גרויסע צדקות, און אז מען האט נישט - געבט מען נישט", מוהרא"ש פלעגט זאגן: "געב א ניקל, געב א דיים, א קוואדער, נישטא אזא זאך מען זאל נישט האבן קיין ניקל אין טאש, א קוואדער אין טאש - דאס האט יעדער איינער"; איך פלעג דעמאלט טראכטן, 'איך וויל אריינפרעגן, מוהרא"ש, וואס טוט מען אז מען האט נישט קיין ניקל אויך נישט, און אויך נישט קיין פעני?' איך פלעג מיך איינהאלטן פון וויינען, איך פלעג שלינגען די געפילן, עס איז געווען ביי מיר אסאך צייטן וואס איך האב נישט געהאט קיין איין פרוטה אין שטוב. איך האב א נס אז מיין ווייב האט מיר קיינמאל נישט געביסן און קיינמאל נישט געגראדזשעט מיט דעם, זי איז א מסתפקת במיעוט; וואס יא? איך בארג און בארג פאר די קהילה, עס זאל זיין מוסדות.


יעצט זאלסטו טראכטן, אז דיר איז 'שווער' צו בעטן פון א באקאנטער – צדקה, וואס פאר א ווארט זאל איך זאגן, ווען איך שטיי מיט איבער צוויי מיליאן דאלער חובות...? אויב דו נעמסט די ווארט 'שווער' פאר'ן בעטן צדקה - וואס פאר א ווארט זאל איך זאגן...?


דאס וואס דו זאגסט אז דו קענסט נישט בעטן יענעם געלט, עס איז קעגן דיין נאטור וכו' - ביסט נישט גערעכט; דא רעדט מען נישט אז דו בעטסט פאר דיר, דו ביסט א גבאי צדקה, ביסט נישט קיין מקבל; ביסט א משפיע.


וואס איז דאס ערגסטע וואס קען פאסירן? מען וועט דיר זאגן: "איך האב נישט", "איך געב נישט פאר ברסלב", "איך האב שוין געגעבן" - איז אזוי געפערליך? דו רופסט נישט קיינעם ווייל אפשר וועט ער זאגן: "איך האב נישט"?


איך בעט דיר, העלף מיר; איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך פארלאז זיך בכלל נישט אויף דיר, איך פארלאז זיך נאר אויפ'ן באשעפער, אבער אז דו וועסט זיין דער גוטער שליח וועט זיין גוט פאר דיר בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון רבי'ן, מיר זענען מקורב צום רבי'ן און מיר קריגן נישט אויפ'ן רבי'ן; דער רבי וואשט אונז אפ און ברענגט אונז צו די גרעסטע מדריגות. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; ווען מען דערמאנט זיך פון רבי'ן האט מען גלייך א הרהור תשובה, מען טראכט גלייך 'וואס קען איך טון עפעס א גוטע זאך?'


נעכטן נאכט איז ביי מיר געווען ממש א יום טוב, א אינגערמאן א תלמיד היכל הקודש האט מיר גערופן צו א סיום הש"ס; ער האט מסיים געווען די פערטע מאל ש"ס.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די שמחה צו זען א אינגערמאן וואס ארבעט שווער צו קענען מפרנס זיין די שטוב; דא רעדט מען נישט פון א כולל אינגערמאן, א ישיבה מאן - וואס לערנט טאג און נאכט, דא רעדט מען פון א פשוט'ער איד וואס ארבעט רוב טאג און קומט אהיים אויסגעמוטשעט; ער האט זוכה געווען צו מסיים זיין די פערטע מאל ש"ס! דאס איז אויסער די משניות און די בלאט גמרא וואס די קהילה לערנט, אויסער חומש רש"י און דעם רבינ'ס ספרים וכו' וכו'.


דאס האט מיר געגעבן פרישע כוחות ווייטער צו קומען אין ישיבה רעדן מיט די פרישע בחורים, עס קומען אריין א גאנצן צייט נאך און נאך בחורים. נעכטן איז אריינגעקומען א בחור, זיין טאטע זאגט מיר מיט טרערן אין די אויגן: "מיין זון הערט שוין די שיעורים א לאנגע צייט און מיר האבן געקענט באשטיין ער זאל בלייבן אין זיין ישיבה און נישט אריינקומען אין ברסלב, אבער מיין זון קומט און וויינט 'טאטע, איך בין דער איינציגסטער בחור אין ישיבה וואס קוקט נישט קיין מאוויס, איך שפיר ווי איך וועל זיך נישט קענען האלטן, די בחורים רעדן נאר פון דעם אקטיאר און יענעם אקטיאר, איך וויל זיין אפגעהיטן'"; דער טאטע האט אים איינגעשריבן דא.


אזוי קומען כסדר פרישע בחורים, און ווען איך הער און זע ווי די אינגעלייט וואס זענען שוין אסאך יארן אינדרויסן פון ישיבה לערנען און ענדיגן איינמאל ש"ס און נאכאמאל ש"ס - דאס געבט מיר כח ווייטער צו גיין.


א גרויסן יישר כח פאר'ן צאמנעמען צדקה פאר די מוסד; דער אייבערשטער זאל דיר געבן שפע ברכה והצלחה.