מכתב יומי

כג שבט תשע"ח

February 08 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד... נרו יאיר


וויפיל איך וועל דיר נאר דערציילן וואס מיר זענען אריבער ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, וועסטו נישט גלייבן אז מיר זענען דאס אריבער. עס זענען געווען צייטן וואס איך האב נישט געקענט גיין אין גאס, אלע אלטע חברים, משפחה וכו' - אלע האבן זיך דערווייטערט פון מיר וכו'. וואס האט מיר געגעבן כח אנצוגיין ווייטער? אז די בחורים זענען מיר געקומען זאגן: "ראש ישיבה איך האב מסיים געווען ששה סדרי משנה"; יעדן צווייטן טאג איז א צווייטער בחור צוגעקומען מיר זאגן אז ער מאכט א סיום.


היינט, ווען מען האלט שוין צען יאר זייט די ישיבה האט זיך געעפענט, איז שוין אפגערעדט וויפיל תלמידים פון ישיבה האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט הערליכע אידישע שטובער; זיי לערנען יעדן טאג, דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין וכו'. יעדעס מאל איך הער א סיום פון א אינגערמאן טראכט איך אז עס לוינט זיך די הארעוואניע וכו'.


דערפאר בעט איך דיר טייערער ליבער..., איך וועל הערן פון דיר א סיום; איך וויל הערן פון דיר אז דו שטארקסט זיך אין לימוד התורה. איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו לערנסט יעדן טאג דעם "דף גמרא".


דער דף גמרא שיעור איז ביי מיר מיין חשוב'סטע שיעור; ווען איך ענדיג פארלערנען דעם דף גמרא שיעור אינדערפרי שפיר איך ווי איך האב שוין אפגענומען מיין טאג מיט דעם. מען שפירט ווי אן אנדערע מענטש נאכן לערנען דעם דף גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו ווייטער לערנען אן פארשטיין, זאג די ווערטער פון די גמרא אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט (עיין שיחות הר"ן סימן עו) וועסטו אויך שפירן ווי אן אנדערער מענטש.


נעכטן נאכט בין איך געווען געבן א שיעור אין בית מדרש היכל הקודש אין מאנסי, זענען צוגעקומען צענדליגער בחורים פון אלע ישיבות און צענדליגע אינגעלייט זיך באדאנקען פאר דעם וואס זיי האבן זיך דערוואוסט פון הייליגן רבי'ן און בפרט פונעם "סדר דרך הלימוד"; איך האף אז דו וועסט זיך אויך באנייען ווי א פרישער מקורב - אנהייבן פון דאסניי צו לערנען מיט א התמדה.


היינט ביים שיעור ווען מיר האבן געלערנט די מעשה ווען די פלישתים האבן צוריק געשיקט דעם ארון צו די אידן, שטייט (שמואל-א ו, יב): "וַיִשַּׁרְנָה הַפָּרוֹת", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (עבודה זרה כד:) אז די קוען האבן געזינגען; האט זיך א אינגערמאן אנגערופן א מורא'דיגע התחזקות. אפילו א קו, אויב לייגט מען ארויף אויף אים די ארון, די הייליגע תורה, הייבט ער אן צו זינגען צום אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יא): "ער האט אים געגעבן א כלי וואס אפילו מען לייגט עס אויף א בהמה הייבט די בהמה אן צו זינגען", עיין שם.


דאס גייט ארויף אויפן סדר דרך הלימוד; אפילו א מענטש וואס מען רופט אים אן מיט אלע שלעכטע ווערטער, מען האט אים קיינמאל נישט געגעבן א חברותא, ווייל ער איז א בהמה, אויב וועט ער נעמען דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד וועט ער אויך אנהייבן צו זינגען. די תורה וועט אים ווייזן א וועג אין לעבן צו גיין גראד אזוי ווי די קיען זענען געגאנגען גראד ווי עס שטייט (שמואל-א ו, יב): "וַיִשַּׁרְנָה הַפָּרוֹת".


איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד, ווען פרעה האט געפרעגט משה רבינו (שמות י, ח): "מִי וָמִי הַהֹלְכִים", האט משה רבינו געזאגט (שם שם, ט): "וַיֹּאמֶר מֹשֶׁה, בִּנְעָרֵינוּ וּבִזְקֵנֵינוּ נֵלֵךְ, בְּבָנֵינוּ וּבִבְנוֹתֵנוּ בְּצֹאנֵנוּ וּבִבְקָרֵנוּ נֵלֵךְ"; פרעה האט נישט פארשטאנען פארוואס אלע אידן דארפן ארויס גיין מקבל זיין די תורה, ער האט גע'טענה'ט (שם י, יא): "לְכוּ נָא הַגְּבָרִים, וְעִבְדוּ אֶת ה'", נאר די צדיקים זאלן גיין, אבער משה רבינו האט געזאגט: "בְּצֹאנֵנוּ וּבִבְקָרֵנוּ", אפילו מיט די מענטשן וואס זענען בהמות, אלע וועלן זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה.


איך ווארט צו הערן פון דיר ווי דו לערנסט און וואס דו לערנסט; קוק וואס דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם: "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מְטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יָרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט - נאר תורה ותפילה ויראת שמים. 


א גוטן טאג.