מכתב יומי
כג שבט תשפ
February 18 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער, זע צו לערנען דעם דף גמרא יעדן טאג; אפילו דו ביסט נאכנישט זוכה צו פארשטיין וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא, דאס ווערט דיר ברענגען אלע ישועות און אלע רפואות.
דאס וועט דיר באשיצן פון אלעם בייזן; עס נעמט נישט לאנג צו לערנען א דף גמרא, אין בלויז אפאר מינוט קען מען זוכה זיין צו לערנען א גאנצע בלאט גמרא, די שוועריקייט איז זיך אראפזעצן און עפענען די גמרא. ווייל דער סמ"ך מ"ם וועט אלעס טון אויף די וועלט אפצוהאלטן דעם מענטש פון לערנען א בלאט גמרא, דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון לימוד גמרא, ווייל דורך לערנען גמרא פארלירט ער די שליטה אויפ'ן מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.): "בָּרָאתִי יֵּצֶר הָרָע, וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", איך האב באשאפן דעם יצר הרע - זאגט דער אייבערשטער - אבער איך האב אויך באשאפן א רפואה פאר'ן יצר הרע, דאס איז די הייליגע תורה, וואס דאס איז א מעדיצין קעגן דעם יצר הרע.
אם ירצה ה' מארגן נאכט וועט פארקומען די וועכנטליכע שיעור; מיין טאטע שליט"א מאכט תנאים פאר מיין שוועסטער תחי' דאנערשטאג, דערפאר דארף איך צוריק רוקן דעם שיעור אויף מארגן נאכט, איך האף אז דו וועסטו קומען זיך אויפפרישן מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות.
אם ירצה ה' אום מוצאי שבת קודש פרשת תרומה מאכן מיר א מלוה מלכה פאר אלע תלמידים יוצאי הישיבה; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט אנטייל נעמען ביים מלוה מלכה.
א גוטע נאכט.