מכתב יומי

כה שבט תשפ"א

February 07 2021

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


וואס ווילסטו - קינדער שוטים? קינדער טיפשים?! דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", קינדער וואקסן אויף שוטים ווען דער טאטע רעגט זיך; כעס אין שטוב מאכט חרוב די קינדער, אפגערעדט אז עס נעמט אוועק די פרנסה און עס מאכט חרוב דאס לעבן; הער זיך אויף צו בייזערן אויף יעדע זאך, הייב אן לעבן מיט אמונה. קיינער איז נישט שולדיג אין דיין לעבן, אלעס איז פונעם אייבערשטן; ווארף נישט די שולד אויף דעם, אויף יענעם און זיכער נישט אויף דיין ווייב, וואס איז זי שולדיג אין דיינע פראבלעמען? פארוואס זאלסטו אויסגעבן דיינע נערוון אויף איר?! פארוואס זאלסטו אויסגעבן דיין כעס אויף איר?!


די וואך מיטוואך וועט זיין מיט'ן אייבערשטנס הילף א פרויען צאמקום; יעדע פיר וואכן קומען זיך צאם די פרויען פון אנשי שלומינו זיך מחזק זיין, זיך אויפפרישן מיט'ן רבינ'ס עצות. בעט איך דיר זייער זאלסט זען אז דיין ווייב זאל קענען קומען, מאך שוין דיינע פלענער צו בלייבן אין שטוב זי זאל קענען קומען זיך מחזק זיין.


די אינגעלייט האבן שיעורים יעדע דאנערשטאג נאכט; נאכדעם שבת קומט מען זיך צאם, מען הערט אינדערפרי סיפורי מעשיות, ביי שלש סעודות הערט מען ווייטער חיזוק. אויך א גאנצע וואך גייט מען אין שול, מען טרעפט אנשי שלומינו, מען הערט א ווארט פון דעם א ווארט פון יענעם, מען האט כסדר חיזוק, ווידער די פרויען זענען איינגעשפארט אין שטוב מיט די קינדער, זיי דארפן נאך מער די חיזוק.


איך האב דיר אסאך צו שרייבן, איך דארף אהיים לויפן העלפן מיין ווייב מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.