מכתב יומי

כד אדר א' תשפ"ב

February 25 2022

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל-שקלים, מברכין החודש, כ"ד אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד מיינע טייערע חברים אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש, די בכל אתר ואתר, ה' עליהם יחיו


די וואך שבת שקלים איז א גרויסע צייט. מוהרא"ש זאגט בשם דער צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, ער פלעגט זאגן: "איך ווארט אויף שבת שקלים זיך צו קענען זען מיט'ן אייבערשטן".


מיר האבן נעכטן גערעדט ביים שיעור ליל שישי וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה חלק ב, סימן יט): "עַל יְדֵי נְתִינַת שְׁקָלִים נִצּוֹל מִיֵּצֶר הָרָע", דורך די שקלים וואס מען געבט ווערט מען געראטעוועט פונעם יצר הרע; מיר האבן גערעדט וואס מוהרא"ש זאגט, וואס איז פשט אז די שקלים ראטעווען פונעם יצר הרע? זאגט מוהרא"ש, ווען א מענטש לעבט מיט דער זאך, ער ווייסט 'איך בין נאר האלב, איך דארף שטענדיג צוקומען צום אייבערשטן, איך דארף דעם אייבערשטנ'ס הילף, איך קען נישט גארנישט טון אליינס' - דעמאלט ווערט ער געראטעוועט פונעם יצר הרע, ווען א מענטש זאגט: "רבונו של עולם, איך קען נישט אליינס, איך דארף דיין הילף", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה (קידושין ל:): "אִלְמָלֵא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹזְרוֹ, אֵין יָכוֹל לוֹ", אן די הילף פונעם אייבערשטן קענען מיר זיך נישט קריגן מיט'ן יצר הרע - דעמאלט ווערט מען געראטעוועט.


מיר האבן גערעדט נאך א זאך, איך געדענק נישט אז מיר האבן דאס געהערט פון מוהרא"ש, אבער דאס איז אויך פון מוהרא"ש; ווייל אלעס וואס מיר רעדן איז פון צירופי דבריו הקדושים, אלעס וואס מיר שטארקן זיך, וואס מיר האבן - איז בזכות די הייליגע צדיקים. וואס איז פשט וואס דער רבי זאגט אז די שקלים ראטעווען פונעם יצר הרע? נאר רוב מאל טוט נישט א מענטש תשובה ווייל ער מיינט אז ער דארף טון גרויסע זאכן, ער ווייסט נישט אז מען דארף פון אים עפעס א קלייניקייט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות כט.): "שְׁלֹשָׁה דְּבָרִים הָיוּ קָשִׁים לוֹ לְמשֶׁה", דריי זאכן האט משה רבינו נישט פארשטאנען, ביז דער אייבערשטער האט אים געדארפט ווייזן ווי אזוי עס זעט אויס, די מנורה, ראש חודש און שרצים; משה רבינו האט נישט פארשטאנען ווי אזוי מען מאכט די מנורה, ווי אזוי ארבעט קידוש החודש און וואס מעג מען יא עסן און וואס נישט, ביי די אלע דריי פלעצער שטייט אז דער אייבערשטער האט אים געוויזן: "וְזֶה מַעֲשֵׂה הַמְּנֹרָה" (במדבר ח, ד), אזוי מאכט מען די מנורה; אזוי אויך "הַחֹדֶשׁ הַזֶּה לָכֶם" – כזה ראה וקדש (שמות יב, ב; רש"י שם), און "זֹאת הַחַיָּה" (ויקרא יא, ב), כביכול דער אייבערשטער האט אנגעכאפט די חי' און אים געוויזן 'דאס עסט מען נישט, און דאס עסט מען יא'; פרעגט תוספות (מנחות שם, דבור המתחיל שלשה דברים): "פארוואס רעכנט מען נישט אויס דעם מחצית השקל וואס עס שטייט דערביי 'זֶה יִתְּנוּ' (שמות ל, יג), אז דער אייבערשטער האט אים געוויזן וואס צו געבן, משה רבינו האט נישט פארשטאנען ווי ארבעט די זאך פון מחצית השקל; פארוואס רעכנט מען דאס נישט אויס אינאיינעם מיט די אנדערע זאכן?" ענטפערט דער שיטה מקובצת: "די זאך וואס משה רבינו האט נישט פארשטאנען איז אן אנדערע זאך ווי דארט, ביי די דריי זאכן האט משה רבינו נישט פארשטאנען די מציאות הדברים ווי אזוי דאס ארבעט, אבער דא האט משה רבינו יא פארשטאנען וואס איז דאס א שקל, ער האט עפעס אנדערש נישט פארשטאנען, ער האט נישט פארשטאנען ווי אזוי קען זיין מען געבט אזא קלייניקייט, 'דָּבָר מוּעָט יְכַפֵּר עַל עָוֹן', א קליינע האלבע דאלער זאל אפמעקן אלע עבירות?! דאס האט אים דער אייבערשטער געוויזן, אז א איד ברענגט א קלייניקייט, ער ברענגט זיין הארץ - איז מען אים מוחל אלע עבירות".


דאס איז וואס דער רבי זאגט: "עַל יְדֵי נְתִינַת שְׁקָלִים נִצּוֹל מִיֵּצֶר הָרָע", דורך די שקלים וואס מען געבט - ווערט מען געראטעוועט פונעם יצר הרע; אז מען ווייסט 'איך קען מיט א קלייניקייט זיך צוריקקערן צום אייבערשטן, מען דארף נישט קיין גרויסע זאכן פון מיר, איך דארף נישט טון קיין שווערע עבודות' - דאס ראטעוועט פונעם יצר הרע.


נאך א סיבה פארוואס מענטשן קערן זיך נישט צוריק צום אייבערשטן, אז מען זאגט 'איך וועל סיי ווי נישט אנהאלטן מיינע פרישע קבלות, איך הויב שטענדיג אן און איך פאל, איך קען נישט האלטן קיין גאנצע זאך'; זאגט מען דעם מענטש: "דער אייבערשטער דארף נישט קיין גאנצע שקל, דער אייבערשטער וויל א מחצית, א האלבע עבודה"; הויב אן, מאך עפעס, טו עפעס, מאך האלב, מאך און הער אויף, טאקע דאס דארף מען פון דיר; ליין איין טאג קריאת שמע, גיי אין שול דאווען איין תפילה, היט דיינע אויגן איין מאל, הויב אן זאגן משניות, אפילו מארגן וועסטו נישט לערנען; מאך א האלב, הויב אן, הויב אן אויפ'ן חשבון אז מארגן וועסטו אפלאזן; דאס דארף מען פון דיר, מען דארף נישט קיין גאנצע זאכן, מען דארף א מחצית השקל; דאס זאגט דער רבי: "עַל יְדֵי נְתִינַת שְׁקָלִים נִצּוֹל מִיֵּצֶר הָרָע", דורך די שקלים וואס מען געבט - ווערט מען געראטעוועט פונעם יצר הרע, ווייל דאס איז די וועג געראטעוועט צו ווערן פונעם יצר הרע, אז מען איז גרייט צו זיין נאר האלב, מען איז גרייט אויף האלבע קבלות.


טייערע ברידער, שבת שקלים איז נישט א זאך נאר פאר צדיקים, דאס איז פאר מיר, איך קען זיך יעצט אומקערן צום אייבערשטן, איך גיי זיך יעצט צוריקקערן צום אייבערשטן.


לאמיר אנהויבן נאכאמאל דינען דעם אייבערשטן מיט א פרישע התחלה, לאמיר זיך פארנעמען שיין רעדן אין שטוב צו די ווייב. מוהרא"ש זאגט, שקלים לערנט אונז מיר זאלן געדענקען 'איך אליינס בין נאר האלב, איך דארף האבן מיין ווייב'; נאר אזוי קען מען זיין ערליך און אפגעהיטן. דאס איז פשט: "עַל יְדֵי נְתִינַת שְׁקָלִים נִצּוֹל מִיֵּצֶר הָרָע", דורך די שקלים וואס מען געבט ווערט מען געראטעוועט פונעם יצר הרע; אז מען לעבט מיט די זאך 'איך בין נאר האלב' - ווערט מען געראטעוועט פונעם יצר הרע.


איך מוז שוין ענדיגן שרייבן ווייל איך דארף לויפן, זייט געזונט, א פרייליכן שבת!