מכתב יומי
כד אדר תשפ
March 20 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש, פרשת ויקהל-פקודי - החודש, כ"ד אדר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
חזק חזק ונתחזק! געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו מסיים זיין ספר שמות, גאנצע צען וואכן זענען אריבער וואס מיר האבן יעדן טאג געלערנט חומש רש"י מיט'ן תרגום. ווי גליקליך זענען מיר, ווי פרייליך דארפן מיר זיין אז מיר האבן א רבי וואס געבט אונז סחורה אין די הענט, א רבי וואס געבט אונז לעבן, א רבי וואס לאזט אונז נישט שלאפן; ער וועקט אונז אויף פון שלאף מיר זאלן טראכטן פון תכלית, מיר זאלן טראכטן פונעם אייבערשטן, מיר זאלן נישט אוועק גיין מיט נארישקייטן.
לאמיר מאכן א שיינע שבת; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פח): שבת פאר פסח ווען ביי אלע איז איבערגעדרייט דעם סדר, מען דרייט איבער דעם טיש רופט מען דעם שבת: "שבת הגדול"; די וואך ווען אלעס איז איבערגעדרייט, מען דארף זיין איינגעשפארט אין שטוב צוליב די סכנה פון קאראנע דארף מען וויסן אז דעם שבת איז א גרויסער שבת "א שבת הגדול"; מען דארף זיין זייער פרייליך, מען דארף א גאנץ שבת טאנצן מיט די משפחה, נישט חס ושלום ארויס ווייזן טרויער, אדרבה מען דארף מחזק זיין די ווייב מיט די משפחה.
זארג נישט, עס וועט אריבער גיין; עס קומט שוין אט אט די ישועה, דער אייבערשטער וויל זען, ער ווארט צו זען וואס מיר טוען בעת צרה, צו וועמען ווענדן מיר זיך ווען מיר האבן א צרה; אויב מיר ווערן פארלוירן חס ושלום, אויב מיר פארגעסן אז עס איז דא א בורא וואס פירט די וועלט.
איך בעט דיר זייער, יעצט ווען די חדרים און מיידל שולע'ס זענען פארשלאסן, אלע קינדער זיצן אין שטוב, זאלסטו נישט געבן פאר דיינע קינדער קיין קאמפיוטערס, טעבלעטס וכדומה לזה; עס קען אויסזען ווי עס וועט זיין גרינגער, די קינדער וועלן זיין רואיגער, אבער עס איז נאר פאר די פאר מינוט, שפעטער וועט נישט ארויסקומען פון דעם גוטס; ענדערש זאלן זיי טאנצן און שפרינגען, העלפן מאכן פסח'דיג די ספרים, העלפן מאכן פסח'דיג די הויז ווי איידער זיי איינשלעפן מיט די כלים.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן ישוב הדעת, מיר זאלן זיך נישט פארלירן אין די הייליגע טעג, די ערב יום טוב טעג; מיר זאלן זיך קענען גרייטן צום גרויסן יום טוב פסח מיט שמחה.
א פרייליכן שבת.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש, פרשת ויקהל-פקודי - החודש, כ"ד אדר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע תלמידים שיחיו, כל אחד בשמו הטוב יבורך
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האלטן שוין די צוועלפטע יאר פון ווען מיר האבן געעפנט די הייליגע ישיבה: "ישיבה תפארת התורה – היכל הקודש ברסלב"; אז מען קוקט צוריק איז ממש מקוים געווארן דעם פסוק (איוב ח, ז): "וְהָיָה רֵאשִׁיתְךָ מִצְעָר וְאַחֲרִיתְךָ יִשְׂגֶּה מְאֹד", דער אנהויב וועט זיין קליין און דער סוף וועט זיין זייער גוט; איר געדענקט אודאי וואס מיר זענען אריבער די אלע יארן, רדיפות און התנגדות אויף אלע אופנים, מען האט פרובירט צו פארמאכן די ישיבה מיט כל מיני וועגן, און דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן מיר זענען דאס אלעס בייגעקומען, עס איז געווען א בחינה פון (שמות א, יב): "וְכַאֲשֶׁר יְעַנּוּ אֹתוֹ", ווי מער מען האט געפייניגט די אידן, "כֵּן יִרְבֶּה וְכֵן יִפְרֹץ", אלץ מער האבן זיי זיך פארמערט; מיר האבן במשך די יארן געעפנט די ערשטע ברסלב'ע חדר אין אמעריקא, א מיידל שולע, א בית הדפוס וואו מיר דרוקן און פארשפרייטן הונדערטער טויזנטער ספרים און קונטרסים בלי גוזמא, אויך האבן מיר געעפנט דעם כולל להוראה וואו עס זיצן און לערנען אינגעלייט בהתמדה רבה.
יעצט האבן מיר זוכה געווען צו אויפשטעלן א שטעטל "קרית ברסלב"; דאס איז א זאך וואס קיינער קען נישט פארשטיין, ווי אזוי מען בויט א שטעטל; ווער שטייט אונטער די אלע אקטיוויטעטן? ווי האט מען די כוחות צו בויען און בויען און נישט מיד ווערן? מענטשן ווייסן נישט דעם סוד וואס מיר פארמאגן, מיר האבן א צדיק וואס האט זיך גע'הרג'ט נישט איין מאל פאר אונז, נישט צוויי מאל; מוהרא"ש האט זיך מיליאן מאל און נאך מער גע'הרג'ט פאר אונז און פאר אלע אידן, מען זאל וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט'ן אייבערשטן און מיט די תורה, וויסן ווי אזוי אויפצוציען א שטוב מיט ערליכע קינדער.
יעצט מאכן מיר דעם עירוב ארום דעם גאנצן שטעטל, וויל איך בעטן פון תלמידי הישיבה ווער עס וויל זוכה זיין צו נעמען א חלק אין די מצוה, מיר העלפן אויפשטעלן דעם עירוב ארום דעם שטעטל. איך שרייב דעם בריוו פאר אלע תלמידי הישיבה, אפילו פאר די וואס ווילן נישט הערן (ביז דערווייל) דעם ווארט שטעטל, מען טראכט אז דאס איז א דמיון וכו'; ווער עס וויל מיר העלפן און האבן א זכות אינעם עירוב, און זוכה זיין צו די ברכות וואס שטייט פון צדיקים וואס מען איז זוכה ווען מען מאכט אן עירוב, בפרט אויף קינדער; אזוי ווי עס איז באוואוסט דעם סיפור, א איד איז געקומען צום הייליגן ייטב לב זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף קינדער, האט אים דער ייטב לב געזאגט ער זאל העלפן מאכן דעם עירוב וועט ער זוכה זיין צו קינדער.
איך שיק דיר מיט דעם חשבון וויפיל עס קאסט מיר צו מאכן דעם עירוב, אפשר וועסטו קענען נעמען א חלק אין די מצוה.
איך ענדיג צו מיט'ן משל וואס דער רבי האט דערציילט, אמאל איז א קעניג געגאנגען כאפן חיות מיט זיינע באדינער, פלוצלינג האט מען געזען ווי עס הויבט אן גיין א גאס רעגן, אלע האבן אנגעהויבן טראכטן פון אהיים גיין, מען האט געבעטן דעם קעניג מען זאל אלעס אפשטעלן און אהיים גיין, האט דער קעניג געזאגט איך בלייב דא כאפן דעם הערש וואס איך וויל זייער שטארק כאפן, אויב איר ווילט קענט איר אהיים גיין, איך מוז כאפן דעם הערש.
א פרייליכן שבת.