מכתב יומי
כד אייר תשע"ח
May 09 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בהר בחקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וויסן זאלסטו אז אלע דיינע צרות קומען פון דעם וואס דו היטסט זיך נישט די אויגן, אז דו וועסט זיך היטן דיינע אויגן וועסטו זיך נישט אזוי מוטשען, ווייל אלע שלעכטע מחשבות הייבן זיך אן דורכדעם וואס מען היט נישט די אויגן.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין במדבר רבה י, ב): "עַיִן רוֹאֶה וְלֵב חוֹמֵד" - ביז מען פאלט אריין אין עבירות רחמנא לצלן; און אפילו (שבת סד.): "אִם מִידֵי עֲבֵרָה יָצָאנוּ - מִידֵי הִרְהוּר לֹא יָצָאנוּ"; מען גייט ארום מיט שלעכטע מחשבות, מען מיינט אז א צווייטער האט א בעסערע לעבן, אזוי פארלירט מען די געפיל אין שטוב צו די ווייב און קינדער. ווען מען היט זיך נישט די אויגן ווערט מען פארשווארצט פון אנהייב ביזן סוף.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה כ:): "אָמְרוּ עָלָיו עַל מַלְאַך הַמָּוֶת שֶׁכֻּלּוֹ מָלֵא עֵינַיִם", דער מלאך המות איז אנגעפילט מיט אויגן, ווען ער קומט צום מענטש ווערט דער מענטש זייער דערשראקן און אזוי נעמט ער אוועק דעם מענטש פון דער וועלט; וואס זענען די אלע אויגן וואס דער מלאך המוות האט אויף זיך? דאס זענען אלע הסתכלות אסורות אלע שלעכטע קוקן וואס דער מענטש האט געקוקט; די אלע אויגן נעמט דער מלאך המות און ער קומט צום מענטש און מיט דעם הרג'ט ער אים, ווייל עס איז נישט דא נאך אזא זאך וואס זאל הרג'נען דעם מענטש ווי נישט היטן די אויגן (עיין בספר יערות דבש חלק ב', דרוש ה).
די תורה זאגט (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה אז דאס גייט ארויף אויף שמירת עינים; מען זעט מענטשן ווערן פשוט משוגע פון קוקן שמוץ, עד כדי כך אז מען קען שטייט און נאכקוקן פרויען און מיידלעך אן קיין בושה. עס זענען דא וואס פארלירן נעבעך זייער שכל אינגאנצן, זיי קענען שטיין לאנגע שעות אריין קוקן אין א שפאלט פון א פענסטער ביי א צווייטן הויז, אפשר וועט ער עפעס זען; דאס איז ממש א קראנקהייט וואס מען קען נישט ארויסקריכן פון דעם נאר דורך אסאך תפילה און בכיות צום אייבערשטן.
מוהרא"ש האט פארציילט אז אמאל איז געקומען צו אים אן אלטער איד, ער האט זייער שטארק געוויינט אז ער ליידט אויף די מחלה; ער קען שטיין שעות אויף שעות אריין קוקן אין א צווייטע הויז וכו' אלץ ווייל ער טראכט אז אפשר וועט ער קענען עפעס זען וכו', דער מח איז אים אזוי פארברענט רחמנא לצלן, און ער האט געבעטן מוהרא"ש זאל שרייבן א קונטרס אויף דעם און ער וויל עס באצאלן, ער האט אראפ געלייגט די געלט און ארויס געגאנגען. מוהרא"ש האט אנגעפאנגען צו וויינען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, דער איד האט מיר געגעבן געלט צו דרוקן א ספר אויף שמירת עיניים, פון וואו זאל איך נעמען אזא ספר?!" דעמאלט האט מוהרא"ש געשריבן דעם ספר 'עין רואה'.
מוהרא"ש פלעגט זאגן יארן שפעטער אז דער מעשה גייט אים נישט ארויס פון קאפ; א מענטש אויף דער עלטער זאל זיין אזוי געזינקען אין טומאה, און מוהרא"ש האט געזאגט: "איך האב געזען אז מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו שמירת עיניים ביזן לעצטן טאג אין לעבן".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
היינט נאכט וועט אם ירצה ה' פארקומען א שיעור פאר די פרויען, זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען זיך מחזק זיין.