מכתב יומי

כד אייר תשע"ט

May 29 2019

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב דיר זייער ליב און דו ביסט ביי מיר זייער חשוב; איך בעט דיר זייער, לאז דיר נישט פארפירן פון קיינעם נישט, בפרט פון דיין שלעכטע ... - דער ס"מ וואס רעדט אריין אין דיר כל דבר אסור, כאילו איך בין ברוגז אויף דיר וכו' וכו'.


עס איז שקר וכזב; אלע מיינע תלמידים זענען ביי מיר זייער באליבט, פונקט ווי מיינע אייגענע קינדער. לאז שוין אפ דיינע ספיקות וכו' וכו'; אלע ספיקות און בלבולים קומען פון די נישט גוטע. 'עמלק' באטרעפט 'ספק'; ער ברענגט אריין די אלע ספיקות אין א מענטש: 'וועל איך נאך האבן א תקנה?' 'קען איך נאך תשובה טון?' 'דער אייבערשטער דארף מיר?' 'ווערן מיינע תפילות אנגענומען?' דאס אלעס און נאך ברענגט עמלק אריין אינעם מענטש.


פארצייל נישט פאר קיינעם דיין עבר און לאז זיך נישט פארפירן פון מענטשן; מען טאר קיינעם נישט געטרויען, נאר פאר'ן אייבערשטן זאלסטו דערציילן דיין עבר.


זע צו בלייבן היינט אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען צו די פרויען געדערינג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.