מכתב יומי

כד אלול תשע"ז

September 15 2017

בעזהשי"ת


ערב שבת קודש פרשת נצבים-וילך, כ"ד אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר שטייען יעצט פאר דעם לעצטן שבת פון שנת תשע"ז; דעם שבת קענען מיר אלעס פארעכטן. איך בעט דיר זייער שטארק, זע צו זיין זייער פרייליך דעם שבת, וועסטו זוכה זיין צו אלע גוטע זאכן, ווייל אלע ברכות פונעם וואך קומט בזכות שבת, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (יתרו פח.): "כָּל בִּרְכָאָן דִּלְעֵילָא וְתַתָּא, בְּיוֹמָא שְׁבִיעָאֳה תַּלְיָין", אלע ברכות איז תלוי אינעם שבת.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז שבת ביי די סעודה זאל מען פארציילן שיינע מעשיות פאר די קינדער, ווייל קינדער האבן זייער ליב צו הערן שיינע מעשיות, און דאס האלט זיי אראפגענאגלט פאר א לאנגע צייט. אנדערש איז אבער ווען מען הייבט אן זאגן תורות וכו', און קינדער פארשטיין נישט קיין תורות, הייבן זיי אן צו ווערן אומרואיג און עס הייבט זיך אן קריגערייען וכו'; מה שאין כן א מעשה - האט יעדער ליב צו הערן, בפרט ווען מען גרייט זיך אן מעשיות וואס מען קען ארויס נעמען פון די מעשיות התחזקות און עצות ווי אזוי צו לעבן - דאס האט יעדער ליב אויסצוהערן, און דעמאלט איז שיין און רואיג אין שטוב. היינט איז דא א שפע פון מעשה ביכלעך ווי מען קען זיך פארקוקן שיינע מעשיות צו דערציילן.


וויסן זאלסטו אז קינדער ווארטן א גאנצע וואך אויף די שבת'דיגע סעודות; א גאנצע וואך קומט נישט אויס פאר רוב עלטערן צו פארברענגען מיט די קינדער, זייער אסאך מאל קומט אויס אז עלטערן זעען בכלל נישט זייערע קינדער דורכאויס די וואך, מען קומט אהיים ווען די קינדער שלאפן שוין, און מען גייט שוין פארטאגס צו דער ארבעט ווען די קינדער שלאפן נאך; די קינדער ווארטן א גאנצע וואך אויף שבת צו זיצן ארום דעם טיש מיט די עלטערן, דאס ווערט ביי זיי איינגעקריצט אין זייער מח, און דאס בלייבט זיי שטענדיג אין זכרון.


מען דארף זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז שבת זאל מען זיין פרייליך, מען זאל זיין אין א גוטע גיסטע, ווייל אלעס ווענדט זיך אין דער טאטע; ווען דער טאטע איז פרייליך און גוט-מוטיג זענען אלע קינדער פרייליך און רואיג, און פארקערט אויך, ווען די קינדער זעען ווי דער טאטע שרייט, דער טאטע בייזערט זיך, ווער רעדט נאך אז ער שרייט אויף די מאמע און ווארפט א פחד אויף די שטוב, ווערן די קינדער דערשראקן און איינגעצוימט, זייער מח קען זיך נישט עפענען ווי עס דארף צו זיין. דאס זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", קינדער וואקסן אויף שוטים ווען זיי האבן א טאטע א כעסן; ווייל אז דער טאטע בייזערט זיך אויף זיי, קענען זיי נישט אויפוואקסן, און פון פחד גייט מען אריין אין א קטנות הדעת השם ירחם.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ז.): "לְעוֹלָם אַל יַטִּיל אָדָם אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵיתוֹ", א מענטש זאל נישט ווארפן קיין פחד אין שטוב, שֶׁהֲרֵי פִּילֶגֶשׁ בְּגִּבְעָה הֵטִיל עָלֶיהָ בַּעֲלָהּ אֵימָה יְתֵירָה וְהִפִּילָה כַּמָה רִבְבוֹת מִיִּשְׁרָאֵל. ווייל מען זעט ביי די מעשה פון פלגש בגבעה ווי עס זענען גע'הרג'ט געווארן צענדליגע טויזענטער אידן, און אלעס האט זיך אנגעפאנגען ווייל ער האט איר דערשראקן ביז זי איז אנטלאפן פון אים פון פחד. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שם): אָמַר רַב יְהוּדָה אָמַר רַב: "כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵיתוֹ, סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלֹשׁ עֲבֵירוֹת: גִלּוּי עֲרָיוֹת, וּשְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת", ווער עס לייגט א פחד אין שטוב וועט צום סוף צוקומען צו 'גילוי עריות', 'שפיכות דמים' און 'חילול שבת'. די גמרא פארציילט אז איינער - א גרויסע מענטש - האט געווארפן א גרויסע פחד אויף זיינע משרתים, און מען האט אים מכשיל געווען מיט אבר מן החי; ווייל זיי האבן פארלוירן די כשר'ע פלייש וואס מען האט אים געדארפט ברענגען, און זיי האבן זייער מורא געהאט אז ער וועט שרייען אויף זיי: "וואו איז די פלייש?!" האבן זיי אראפ געשניטן א שטיקל פלייש פון א לעבעדיגע בהמה, און דאס האבן זיי אים געברענגט צו עסן. דאס זעלבע זאגן חכמינו זכרונם לברכה, אז אויב מען לייגט א פחד אויף די ווייב, וועט זי נאכדעם מחלל שבת זיין; ווייל אויב זי וועט זען אז די עסן קאכט נישט, וועט זי ציטערן פאר אים, און זי וועט גרעסער מאכן די פייער, וכדומה לזה.


דערפאר בעט איך דיר זייער, זאלסט אריין ברענגען ליבשאפט אין שטוב, און מאך פרייליך דיין ווייב אין קינדער; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יז): "צָרִיך לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת, כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיך לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבַּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל", מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו זיין טרויעריג און דעפרעסט שבת, נאר זיך זייער שטארק פרייען א גאנץ שבת, זיך פרייען מיטן אייבערשטער, זיך פרייען אז איך בין א איד און איך היט שבת.


וויסן זאלסטו אז קינדער כאפן אויף אלעס; קינדער כאפן אויף צי דער טאטע האט ליב שבת, צי דער טאטע האט ליב דעם אייבערשטן - אדער נישט. די אלע אידן וואס זענען דא געווען אין אמעריקא פארן קריג האבן געהאט זייער שווערע נסיונות אין שמירת שבת, אויב איינער איז נישט אריין געקומען שבת ארבעטן האט ער נישט געהאט וואס צוריק צו קומען זונטאג. עס זענען געווען אידן וואס האבן זיך מוסר נפש געווען נישט צו ארבעטן שבת מיט די גרעסטע מאס מסירות נפש, ווידעראום זענען געווען אידן וואס האבן ליידער נישט עומד געווען בנסיון, זיי האבן יא געארבעט שבת קודש רחמנא לצלן; למעשה האט מען געזען אן אינטערעסאנטע זאך, זייער אסאך קינדער זענען ארויס לתרבות רעה אפילו פון אזעלכע שטובער וואס זייערע עלטערן האבן נישט געארבעט שבת, ווייל די עלטערן זענען געזיצן א גאנץ שבת און געוויינט, יעדע שבת האט ממש אויסגעקוקט ווי תשעה באב, די טאטע און מאמע זענען געזיצן און געוויינט, זיי האבן נישט אויפגעהערט צו קרעכצן: "אוי! עס קומט שוין נאכאמאל שבת, מען וועט ווייטער נישט האבן וואס צו עסן!" די קינדער האבן דאס געזען, און זיי זענען אויפגעוואקסן מיט דעם באגריף אז שבת איז א קללה חס ושלום, שבת מיינט אז מען דארף זוכן א נייע פרנסה, מען גייט הונגערן נאך א וואך, האבן זיי אפגעמאכט ביי זיך אז זיי לאזן אפ אידישקייט, ווייל זיי ווילן יא האבן געהעריג פרנסה וכו'. און פארקערט איז אויך געווען, עס זענען געווען עלטערן וואס האבן נישט געקענט עומד זיין בנסיון און זיי זענען יא געגאנגען ארבעטן שבת רחמנא לצלן, אבער פרייטאג צו נאכטס האבן זיי געמאכט א סעודה, זיי האבן געטאנצן מיט די קינדער: "אוי אוי שבת", "אוי אוי שבת", און צופרי האט דער טאטע געוויינט און געשריגן: "איך וויל נישט גיין ארבעטן!" "איך וויל זיין א איד!" "ווער עס היט שבת, דער האט א לעבן!" די קינדער האבן באקומען א געפיל אז עס איז נישט גוט אויב מען היט נישט שבת, און עס איז ביי זיי געווארן איינגעקריצט: 'אוי ווי גוט צו זיין א איד, און אוי ווי שלעכט איז צו זיין א גוי'. דאס שרייב איך דיר ווייל איך וויל דו זאלסט טאנצן מיט דיינע קינדער שבת ביי די סעודה, דו זאלסט זינגען און טאנצן מיט זיי.


איך בעט דיר זייער, אפילו דו ברענגסט אהיים צייטונגען זאלסטו עס נישט ליינען ביים שבת טיש; א צייטונג איז נישט קיין זאך וואס קומט ביים שבת טיש, הלואי ווען איך קען פועל'ן ביי דיר אז דו זאלסט עס בכלל נישט אריין ברענגען אין שטוב, ווייל וואס איז דער גאנצער צייטונג? איין שטיק שקר, לשון הרע, רכילות, ליצנות, דברים בטלים, דברים של מה בכך וכו' וכו'; אודאי לייגן זיי אריין דברי תורה, ווייל אזוי קען מען פארנארן אידישע קינדער, מען לייגט שיינע מוסר השכל מיט כלומר'ישע מוסר וחסידות, אבער ווער זענען די שרייבערס? פיסטע יונגען וכו' וכו', אבער דאס וויל איך כאטשיג פועל'ן, אז דו זאלסט עס האלטן דארט וואו עס קומט צו זיין... דער גאנצער צייטונג איז א גְּרַף שֶׁל רֵעִי, לייגט מען עס נישט אויף א שבת טיש.


מוצאי שבת זאגן מיר שוין סליחות; אין ישיבה וועלן מיר זאגן ביי חצות הלילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן א גוט געבנטשט יאר, אונזערע תפילות זאלן אנגענומען ווערן לרחמים ולרצון.


 


א פרייליכע שבת.