מכתב יומי
כד אלול תשע"ח
September 04 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת נצבים, כ"ד אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער זאלסט לערנען יעדן טאג לכל הפחות א בלאט גמרא; דו קענסט זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א דף גמרא, ווען מען לערנט גמרא ווערט מען נאנט צום אייבערשטן; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער.
היינט געפאלט דער יארצייט פונעם הייליגן חפץ חיים זכרונו לברכה, עס איז באוויסט אז ער האט געזאגט פאר רבי מאיר שפירא זכרונו לברכה: "איך בין מקנא דיין זכות אז דו האסט אריין געברענגט אין כלל ישראל צו לערנען כסדרן גאנץ ש"ס יעדן טאג א בלאט, מיט דעם האסטו אויפגעלעבט די אלע מסכתות וואס מענטשן לערנען נישט - מסכת ערכין, תמורה, כריתות וכו'"; זעט מען דאס גרויסקייט פון לערנען גמרא כסדרן אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו) צו גיין כסדרן ביז מען ענדיגט גאנץ ש"ס.
ווי גליקליך זענען מיר אז מארגן פארן מיר שוין צום הייליגן רבינ'ס ציון.
ווען דער רבי האט געוואוינט אין מעדוועדיווקע זענען מקורב געווארן צוויי גרויסע צדיקים ר' יודל און ר' שמואל אייזיק זכרונם לברכה, זיי האבן געוואוינט אין דאשוב און זיי פלעגן קומען צום רבי'ן מזמן לזמן, אפילו עס איז געווען א לאנגע שווערע נסיעה. שפעטער האבן זיי זיך אריבער געצויגן נעבן מעדוועדיווקע כדי זיי זאלן נישט דארפן פארן אזא לאנגע נסיעה, האט זיי דער הייליגער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן סימן רצא): "איך בענק מיך נאך אייערע וועגן; פון יעדע טריט וואס איר פלעגט פארן צו מיר איז באשאפן געווארן פון דעם א מלאך, נישט נאר פונעם וועג אליין, נאר פון אלע טריט וואס איר זענט געגאנגען ערלעדיגן זאכן פאר די נסיעה צו קענען פארן צו מיר, פון יעדע טריט איז באשאפן געווארן א מלאך"; אויך ביים לעצטן ראש השנה פון רבינ'ס לעבן האט דער רבי גערעדט פון דעם און געזאגט: "אִיךְ וִוינְטְשׁ מִיר, אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ זֶעהן דָאס לֶעכְטִיקַייט פוּן דִיא וֶועגִין וָואס אִיר פָארְט אוֹיף זֵייא צוּ מִיר".
דארפן מיר זיך זייער פרייען אז מיר זענען זוכה צו פארן צום הייליגן רבי'ן; דער רבי האט אמאל געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכט): "מה דאך נבוכדנצר הרשע, ווי באלד ער איז געגאנגען דריי פרסה האט ער זוכה זעווען צו אזא גרויסע און מעכטיגע מלוכה און ממשלה (עיין סנהדרין צו), איז דאך זיכער אז ווען א איד גייט צו א צדיק וועט ער זיכער זוכה זיין צו א גרויסע שכר וואס עין לא ראתה"; אונזער נסיעה איז נישט קיין גרינגע נסיעה, אבער אז מיר פארן צום רבי'ן איז אלעס כדאי, אפילו מען וועט אויס לייגן שפיזן אויפן וועג וועלן מיר אויך פארן צום רבי'ן.
מיר דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן בלייבן מקושר צום רבי'ן, מיר זאלן זיך נישט אפקילן פון רבי'ן און זיך נישט לאזן פארדרייען דעם קאפ מיט אלע בולבולים, ווייל ווען א מענטש וויל מקורב ווערן צום אמת איז זיך דעמאלט מתגבר אויף אים דער שקר, מען פארדרייט דעם מענטש מיט אלע שקרים, כאילו דער רבי דארף אים נישט וכדומה לזה.
ווען רבי יודל זכרונו לברכה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט מען אים געזאגט אז דער רבי איז ברוגז אויף אים, ר' יודל האט נישט געוויסט אז דאס קומט פונעם יצר הרע וואס טוט אלע פעולות צו מרחק זיין דעם מענטש פונעם צדיק, האט ער מורא געהאט אריין צו גיין צום רבי'ן, נאך דריי טעג האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן פון זען דעם רבי'ן, האט ער געטראכט צו זיך: 'זאל זיין וואס זאל זיין, איך מוז אריין גיין צום רבי'ן', דער רבי האט פארשטאנען ברוח קדשו די נסיונות וואס ר' יודל גייט אריבער, גלייך ווען ר' יודל איז אריין געקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט: "ווען א מענטש וויל מקורב ווערן צום אמת דעמאלט איז זיך דער שקר מתגבר אויפן מענטש, און אז דער מענטש שטארקט זיך אויפן שקר, ער צעברעכט דעם שקר ווערט פון 'שקר' 'קשר'", און דער רבי האט אויסגעפירט: "דו וועסט שוין בלייבן מקושר צו מיר דיין גאנצע לעבן". זעט מען פון דעם ווי דער יצר הרע פארלייגט זיך אויף יעדן איינעם באזונדער אים מבלבל צו זיין מיט כל מיני בלבולים און כל מיני מחשבות זרות, אים מחליש דעת זיין ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מאכן פון שק"ר א קש"ר של קיימא נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן.
אין אומאן זאלסטו אויסניצן די צייט; עס איז נישט כדאי ארום צו גיין אין גאס, מיר קומען צום רבי'ן צו פאררעכטן אונזערע אויגן פון א גאנץ יאר - נישט זיי צו פארדארבן רחמנא לצלן. גיי נישט זוכן קיין מציאות, אלעס וואס איז דא אין אומאן איז דא צו באקומען אין ניו יארק, מיר קומען נישט קיין אומאן צו זוכן רוסישע מציאות, אלעס וואס מען דארף קען מען דא באקומען, מיר קומען קיין אומאן נאר צום רבי'ן, צו מקבל זיין אלע תיקונים וואס דער רבי האט מבטיח געווען.
היינט נאכט וועט אם ירצה ה' זיין א צוזאמקום פאר די פרויען, זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען זיך מחזק זיין. דו ווייסט נישט ווי גליקליך דו ביסט מיט דעם אז דיין ווייב איז דיר נישט מעכב צו פארן קיין אומאן, נישט נאר זי איז דיר נישט מעכב נאר זי העלפט דיר פארן צום רבי'ן, זי פריידט זיך אז דו פארסט צום רבי'ן, זי ווארט אויף די ישועות וואס דו וועסט אויס'פועל'ן ביים רבי'ן, דארפסטו איר דאנקען און קויפן א שיינע מתנה, בלייב אין שטוב היינט נאכט אז זי זאל קענען קומען הנאה האבן פון די שיינע נאכט וואס מען גרייט אן פאר זיי.
א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.
אויב דו קענסט מיר העלפן מיט נעמען ספרים קיין אומאן פאר די מפיצים - זיי מיר מודיע; איך האב אסאך באקסעס מיט צו נעמען קיין אומאן מיט מיר און יעדע רענצל בעטן זיי נאך געלט, אויב דו האסט פלאץ זיי מיר מודיע, א גרויסן דאנק.