מכתב יומי
כה אלול תשע"ט
September 25 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
חסדי השם יתברך אז מיר פארן שוין היינט צום הייליגן רבי'ן.
עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון קומען צום הייליגן רבינ'ס ציון; כל זמן מיר זענען דא אויף די וועלט וועלן מיר קיינמאל נישט פארשטיין דאס גרויסקייט פון זיין ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן.
דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכ): "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען"; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", דער אייבערשטער האט מיר געגעבן ראש השנה פאר א מתנה, און נישט נאר איר זענט אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.
מיר כאפן נישט וואס פאר א נס דאס איז אז מיר פארן צום רבי'ן; וואס האבן מיר זוכה געווען צו זיין פון די וואס פארן אויף ראש השנה? רבי נתן האט זיך אמאל אפגעשטעלט פאר ער איז אריין אין רבינ'ס שטוב און געזאגט: "וַאֲנִי" – איך ווייס דאך ווער איך בין, איך ווייס אז איך האב נישט קיין זכות צו זיין מקורב צום הייליגן רבי'ן, אויב אזוי פארוואס האב איך זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן? נאר וואס דען, "בְּרֹב חַסְדְּךָ" – מיט דיין גרויסע חסד האסטו מיר געהאלפן באשעפער, אז "אָבוֹא בֵיתֶךָ, אֶשְׁתַּחֲוֶה אֶל הֵיכַל קָדְשְׁךָ".
דאס דארפן מיר אויך זאגן: "וַאֲנִי", וואס האב איך זוכה געווען צו קומען צו אזא רבי, צו משמש זיין דעם רבי'ן, צו האבן א חלק אין אריין ברענגען דעם הייליגן רבינ'ס לימודים אין די וועלט וואס דאס וועט ברענגען די גאולה, וואס האב איך געטון מער פון א צווייטן אז איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן, ווי אזוי איז דאס אז איך בין נישט קיין מתנגד – ה' ירחם - אויף אזא רבי? נאר "בְּרֹב חַסְדְּךָ" – מיט דיין גרויס חסד האסטו מיר געהאלפן אייבערשטער, אז "אָבוֹא בֵיתֶךָ, אֶשְׁתַּחֲוֶה אֶל הֵיכַל קָדְשְׁךָ".
פארגעס נישט צו דאנקען דיין ווייב תחי' אז זי לאזט דיר פארן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.