מכתב יומי

כד אלול תשפ"ב

September 20 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים, כ"ד אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


גלייך אינדערפרי זאלסטו זיך איבערגעבן צום אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי", איך פיר זיך, "כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם", ווען עס קומט א נייעם טאג, "אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי", געב איך איבער דעם גאנצן טאג פאר'ן אייבערשטן, "וְשֶׁל בָּנַי, וְהַתְּלוּיִים בִּי, עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", איך געב איבער פאר'ן אייבערשטן אלע מיינע קינדער און אלע וואס זענען אנגעהאנגען אין מיר, "שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", אלעס זאל זיין אזוי ווי דער אייבערשטע וויל, "וְזֶה טוֹב מְאֹד", און דאס איז זייער א גוטע זאך, ווייל אזוי קען מען זיין רואיג אז אלעס וואס פירט זיך, אלעס וואס פאסירט - איז אזוי ווי דער אייבערשטער וויל.


"וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך ווען עס קומט שבת אדער יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פאר'ן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד". אזוי בין איך רואיג און פרייליך פונעם שבת און פונעם יום טוב, איך דארף נישט איבערטראכטן און איבערקלערן צי איך האב גוט געטון אדער נישט.


נעם זיך מיט א קליינע משניות און נאך ספרים. עס איז אזוי שיין צו זען ווען מען פארט מיט אנשי שלומינו ווי אזוי מען פירט זיך אין לופט פעלד און אויפ'ן פליגער, מען פארט מיט קדושה וטהרה; יעדער לערנט זיינע ספרים, זיינע שיעורים כסדרן; מען איז נישט מוותר אויף די שיעורים תמידים.


איך פאר אם ירצה ה' היינט נאכט; דער פלאן איז אז מיר קומען אן מיטוואך נאכמיטאג קיין ריישא, פון דארט פארן מיר קיין ליזענסק צום הייליגן רבי'ן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, איך האף צום אייבערשטן איך וועל זיין ביי די כוחות צו פוקד זיין ביים ציון און זיך צו קענען אויסגיסן מיין הארץ ביים הייליגן צדיק. איך האב זוכה געווען צו זיין דריי מאל מיט מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה ביים הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו אין ליזענסק; די התעוררות לתשובה דארט איז זייער גרויס.


געב איבער די גאנצע נסיעה פאר'ן אייבערשטן, וועסטו האבן א גוטע נסיעה.


א כתיבה וחתימה טובה.