מכתב יומי
כה חשון תשע"ח
November 14 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת תולדות, כ"ה מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האף אז דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט נעכטן נאכט ביים שיעור, ווי אזוי מען דארף מחנך זיין קינדער; מען דארף רעדן צו קינדער זיך צו היטן פון מנוולים. ליידער דרייען זיך ארום אויפן גאס מענטשן וואס זענען נישט געזונט, זיי לאקערן אויף קינדער צו טון מיט זיי עבירות. אז מען זאגט אן די קינדער אינגערהייט זיי זאלן זיך היטן פון מענטשן וואס ווילן זיי שעדיגן, קען מען איינשפארן אסאך קאפוויי.
זייער אסאך בחורים פארציילן מיר וואס זיי זענען אריבער אין זייערע יונגע יארן, אז נאנטע קרובים האבן זיי אפגע'שחט'ן וכו'. ווען מען וואלט צו זיי גערעדט און זיי אנגעזאגט: "קיינער קען דיר נישט צורירן וכו' און אויב איינער וויל דיר אנכאפן וכו' זאלסטו שרייען, זאלסט נישט מורא האבן צו דערציילן", וואלטן זיי נישט אריבער וואס זיי זענען אריבער.
טייערע ... שטארק דיר מיט אמונה פשוטה, גלייב אז דער אייבערשטער שטייט אונטער דיינע פראבלעמען; דער אייבערשטער וויל דען ווי אזוי דו דערהאלסט זיך, ער וויל זען צו וועמען דו וועסט זיך ווענדן ווען עס וועט דיר זיין ענג.
געדענק וואס דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן: "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט ר' נתן געפרעגט: "ווי אזוי איז מען זיך מבטל?" האט דער רבי געזאגט "מען פארמאכט די מויל מיט די אויגן", דאס איז ביטול צום אייבערשטן; דאס הייסט, ווען א מענטש פארמאכט די מויל - ער פרעגט נישט קיין קשיות, ער פארמאכט די אויגן - ער וויל גארנישט זען און פארשטיין, ער ווייסט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דעמאלט איז ער זוכה אז אלעס ווערט גוט, דער אייבערשטער העלפט אים מיט זיין ישועה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.