מכתב יומי

כד חשון תשע"ט

November 02 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת חיי שרה – מברכים החודש, כ"ד מר-חשון שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט חתונה געהאט און דו האסט א ווייב מיט ליכטיגע קינדער, ערליכע אידן דאנקען יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף זייער ווייב. ביי ערליכע אידן איז יעדע זאך וואס מען האט אין לעבן א מתנה פונעם אייבערשטן; מען האט געטראפן א שידוך – איז דאס א מתנת חינם פונעם אייבערשטן, מען האט חתונה געהאט – איז דאס ווייטער א מתנה פונעם אייבערשטן, מען האט קינדער – איז דאס גאר א גרויסע מתנה פונעם אייבערשטן; אויף יעדע זאך דאנקט מען און מען לויבט דעם אייבערשטן.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט א וואוילע ווייב וואס וויל אויפשטעלן מיט דיר אן ערליכער שטוב, זי וויל אז די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט יראת שמים. די וועג צו דעם איז אז די קינדער זאלן זען זייער טאטע מאמע לעבן מיט יראת שמים, דערפאר זע צו לערנען אין שטוב יעדן טאג; מאך זיך א קביעות צו לערנען אין שטוב ביינאכט אביסל תורה, דאס וועט אויפלייכטן די גאנצע שטוב.


אז מען לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" איז נישט דא קיין תירוצים נישט צו לערנען; מען דארף נישט קיין חברותא, מען זיצט אין שטוב און מען לערנט אויפן קול. אין אזא שטוב ווערן די ווענט אנגעזאפט מיט די זיסע גמרא ניגון, די ווענט שרייען ארויס: 'דא וואוינט אן ערליכער איד', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית יא.): "בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם וְקוֹרוֹת בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם מְעִידִים בּוֹ", די ווענט פונעם שטוב זאגן עדות וואס עס טוט זיך אין שטוב; די דאך שרייט ארויס וואס דא טוט זיך, אזוי ווי עס שטייט (חבקוק ב, יא): "כִּי אֶבֶן מִקִּיר תִּזְעָק, וְכָפִיס מֵעֵץ יַעֲנֶנָּה".


אזוי וואקסן די קינדער אויף מיט א טאטע וואס לערנט, דער מאן ווערט חשוב און בא'חנ'ט אין זיין ווייבס אויגן און אלעס טוישט זיך צום גוטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין נד:): "שֶׁמַּעֲלַת חֵן עַל לוֹמְדֶיהָ", די תורה איז מסוגל אויף חן, אזוי ווי עס שטייט (משלי ה, יט): "אַיֶּלֶת אֲהָבִים וְיַעֲלַת חֵן"; און אז עס איז דא חן ווערט אלעס מסודר, מען לעבט צוזאמען מיט ליבשאפט און אחדות.


נעם זיך פאר צו עסן דריי סעודות שבת און זוך נישט קיין היתרים פון יוצא זיין די סעודה אן זיך וואשן, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו אמונה אינעם אייבערשטן. דער רבי האט אמאל געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן לב) "דער אייבערשטער זאגט: 'קינדערלעך עסט', און מען עסט נישט"; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח.): אז מען עסט שבת די דריי סעודות ווערט מען געראטעוועט פון דריי שלעכטע זאכן: גיהנום, חבלי משיח, און די מלחמה פון גוג ומגוג.


א פרייליכן שבת.


איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב תחי'.


 


 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת חיי שרה – מברכים החודש, כ"ד מר-חשון שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האף אז איר האט הנאה געהאט פון די שיעור מיטוואך נאכט און איר זענט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן פאר אייך, אייער מאן און קינדער; דעמאלט איז א גרויסע עת רצון אין הימל צו פועל'ן ישועות. אויך ווען אייער מאן נרו יאיר גייט אין שול זאלט איר ווייטער זיצן ביי די ליכט און רעדן צום אייבערשטן בעטנדיג דערביי פאר אייך און אייער מאן אז איר זאלט צוזאמען אויפבויען א שיינע שטוב, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


מיינט נישט אז אייער תפילות זענען נישט ווערד ביים אייבערשטן, נאר ביים אייבערשטן איז חשוב יעדן תפילה פון יעדן איינעם; יעדעס ווארט וואס א איד בעט פונעם אייבערשטן גייט ארויף זייער הויך און דער אייבערשטער נעמט דאס אן, נאר אסאך מאל דארף מען אויסווארטן די ישועה.


אסאך מאל בשעת מען צינדט די ליכט איז אנגעצויגן אין שטוב און מען קען נישט בעטן מיט ישוב הדעת, דאך זאלט איר ארויס זאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן אפילו אן ישוב הדעת; ווען איר לייגט די הענט אויפן פנים זאלט איר בעטן: "אייבערשטער העלף מיר און מיין טייערע מאן מיר זאלן לעבן מיט ליבשאפט; טאטע האב רחמנות אויף מיינע קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס"; אמאל וויל מען אסאך און מען טוט גארנישט, דארף מען געדענקען אז אביסל איז אויך גוט.


ווארטס אויס עס זאל ווערן רואיג אין שטוב און דעמאלט זאלט זיצן ביי די ליכט און בעטן דעם אייבערשטן אלע אייערע תפילות; לייגטס אייערע הענט אויף די אויגן נאכאמאל נאכדעם ווען אייער מאן נרו יאיר גייט אין שול. זיצט ביי די הייליכע ליכט און בעטס דעם אייבערשטן פאר אייך און אייער מאן אז איר זאלט שטענדיג האבן א געפיל צום הייליגן רבי'ן.


א חתן האט מיר נעכטן געפרעגט אויף וואס ער זאל דער עיקר בעטן, וואס איז דער עיקר אין לעבן; האב איך אים געזאגט: "דער עיקר זאלסטו בעטן אז די פייער פון רבי'ן זאל ברענען ביי דיר אין הארץ דיין גאנץ לעבן". דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכט): "הָאֵשׁ שֶׁלִּי תּוּקַד עַד בִּיאַת הַמָשִׁיחַ", מיין פייער'ל וועט שוין טליען ביז משיח וועט קומען; בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר אז דעם רבינ'ס פייער זאל אייביג טליען אין מיין הארץ און עס זאל טליען און ברענען אין מיינע קינדער'ס הערצער". ווייל ווילאנג א מענטש איז מחובר צום צדיק האט ער אלעס, אבער אז מען לאזט אפ דעם צדיק האט מען גארנישט.


דאס זעלבע זאלט איר בעטן ביי די ליכט: "הייליגער באשעפער, העלף מיר אז דעם רבינ'ס פייער זאל אייביג טליען אין מיין הארץ און עס זאל טליען און ברענען אין מיינע קינדער'ס הערצער; עס זאל ברענען אין מיין מאנ'ס הארץ, מיין מאן זאל האבן א געפיל אין הייליגן רבי'ן און דעם רבינ'ס ווערטער זאל זיין חשוב און טייער ביי מיר און ביי מיינע קינדער".


איר זאלט האבן א פרייליכן שבת.