מכתב יומי

כד טבת תשע"ח

January 11 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דיין ווייב איז געווען נעכטן ביי די "אסיפת הורים" און זי האט הנאה געהאט פון די דרשה וכו'; איך וועל דיר שרייבן בקיצור די נקודות וואס מיר האבן גערעדט נעכטן נאכט.


א)   מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען א קינד; עס איז דא א לאו אין די תורה (ויקרא כה, יז): "לֹא תוֹנוּ אִישׁ אֶת עֲמִיתוֹ", מען טאר נישט טשעפען א צווייטן איד; דאס גייט נישט נאר ארויף אויף א פרעמדער מענטש, נאר דאס גייט אויך אן ביי די אייגענע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נח:): וועגן דעם שטייט ביי דעם לאו "וְיָרֵאתָ מֵאֱלֹקֶיךָ" - זאלסט מורא האבן פונעם אייבערשטן, ווייל דאס איז א לאו וואס מען קען נישט אנזען צי מען האט טאקע געמיינט צו טשעפען, אדער מען האט נישט דאס געוואלט וכו', דערפאר זאגט די תורה "וְיָרֵאתָ מֵאֱלֹקֶיךָ" - האב מורא פון מיר אייבערשטער, וואס איך ווייס אלעס וואס מען טראכט.


חינוך איז פון די חשוב'סטע זאכן ביי כלל ישראל, און עלטערן דארפן מחנך זיין זייערע קינדער; אבער מען דארף געדענקען אז מען טאר נישט וויי טון א קינד, און מען טאר נישט טשעפען. למשל, ווען מען וויל זאגן מוסר פאר א קינד אויף זיין אויפפירונג וואס איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, טאר מען נישט אראפקלאפן דאס קינד און אים זאגן: "דו וועסט נישט קענען חתונה האבן"; "דו וועסט נישט קענען זיין א מאמע"; ווייל אז מען קלאפט אראפ דאס קינד וועט מען זיך דערזען מיט צוויי פראבלעמען, קודם כל וועט ער בלייבן מיט זיין אלטע שלעכטע נאטור, און צווייטענס, אז ער וועט זיין א שברי כלי רחמנא לצלן.


דערפאר בעט איך דיר, זיי מחזק דיין ווייב זי זאל נישט ווערן פארלוירן ווען זי זעט אז די קינדער זענען נאך נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין. מען דארף געדענקען אז קינדער זענען קינדער, און מען דארף זיי מחנך זיין; מען טאר נישט ווערן פארלוירן ווען מען זעט ווי די קינדער פאלגן נישט וכו', אדער ווען מען זעט ווי די קינדער פירן זיך אויף נישט ווי ערוואקסענע מענטשן.


מען טאר נישט דערנידערן קינדער מיט שלעכטע לשונות, ווי למשל: "בעיבי וואס דו ביסט"; "גולם וואס דו ביסט", מען דארף זיך האלטן רואיג כדי מען זאל נישט חרוב מאכן די קינדער מיטן שארפן שפראך, אזוי ווי עס שטייט (ירמיהו ט, ז): "חֵץ שָׁחוּט לְשׁוֹנָם", מיטן צינג קען מען יענעם הרג'נען אויף אייביג; עלטערן קענען מיט זייער צינג אפ'שחט'ן זייערע קינדער. מען דארף האבן אייזערנע נערווען אז מען זאל זיך נישט פארלירן ווען מען איז מחנך די קינדער.


ב)   נאכדעם האבן מיר גערעדט אז אויב עס זענען דא זאכן וואס די עלטערן זענען נישט צופרידן פון סקול אדער פון חדר, זאלן זיי אנרופן דעם מנהל אדער מנהלת זיך דורכשמועסן, ווייל דער מוסד וויל טון דאס בעסטע פאר די קינדער, ממילא דארפן מיר וויסן יעדע פרט וואס מען איז צופרידן וכו' און יעדע פרט וואס מען דארף פארעכטן, און מיר וועלן דאס מיטן אייבערשטנס הילף פארעכטן.


דאס אז מען רעדט איינער צום צווייטן קעגן א מלמד אדער א טיטשער, דאס איז א סימן אז מען וויל נישט מתקן זיין וכו', נאר דאס ווייזט אז מען וויל מהרס זיין, מען וויל אונטערברענגען דעם מלמד אדער טיטשער וכו' וכו'; איך האב שוין אפאר מאל געהאט מעשיות וואס מען איז מיר געקומען זאגן: "דער און דער האט זיך אפגערעדט קעגן דעם מלמד", האב איך געפרעגט דעם וואס איז מיר געקומען דערציילן די לשון הרע: "וואס האט דאס מיט דיר? דו האסט דאך בכלל נישט קיין קינד ביי יענעם מלמד און דו ביסט נישט פון די הנהלה; פארוואס ווען יענער האט אנגעהויבן רעדן צו דיר קעגן דעם מלמד האסטו אים נישט אפגעשטעלט און געזאגט "רעד נישט צו מיר, גיי צום מנהל, גיי צום ראש ישיבה".


ווען איינער האט א פראבלעם צווישן זיין קינד אינעם מלמד/טיטשער און ער גייט סתם ארום רעדן צו עלטערן, איז א סימן אז ער ווייסט גאנץ גוט ביי זיך אז עס איז זיין אייגענע פראבלעם וכו', ער ווייסט אז זיין קינד איז נישט מחונך, דערפאר, אנשטאט צו רעדן צום מנהל וכו' וואס ער ווייסט אז מען וועט אים קלאר זאגן אז דיין זון איז נישט מחונך, ער פירט זיך נישט אויף מיט דרך ארץ וכו', לויפט ער ארום מאכן א טומל.


איך זאג אייך אלע מיינע תלמידים, אויב עפעס שטערט דיר בנוגע די חינוך הבנים והבנות, קום רעדן צום מנהל/מנהלת; מיר האבן א טייערער מנהל ר' מרדכי נרו יאיר וואס ער איז גרייט צו טון אלעס אויף דער וועלט, אבי די קינדער זאלן באקומען דאס מערסטע יראת שמים און די שענסטע מידות וכו'. אויך האבן מיר מרת לעזער תחי' וואס זי איז גרייט צו טון אלעס אויף דער וועלט אז אונזערע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידישע מאמעס, דאס איז פאר מיר א מתנה פון הימל אז מיר האבן א געטרייע סטעף פון מלמדים און טיטשערס, זיי וועלן אלעס טון אז די קינדער זאלן באקומען דאס בעסטע חינוך.


ג)     די דריטע נקודה האבן מיר גערעדט, אז מען דארף זייער אכטונג געבן נישט אוועק צו מאכן דעם מלמד/טיטשער פארנט פונעם קינד; ווען א קינד קומט אהיים און פארציילט עפעס פון חדר אדער פון סקול - זאכן וואס א מלמד דארף נישט רעדן, זאכן וואס א טיטשער דארף נישט זאגן וכו', אדער א קינד קומט אהיים אז זיין רבי האט געזאגט אז מען דארף טון אזוי און אזוי, און דו ווייסט ביי דיר אז דאס איז הבל הבלים, שטותים און לאקשן, אדער דו ווייסט אז מען טאר נישט רעדן אזוי צו קינדער וכו', דו ווילסט שוין אויספלאצן און שרייען: "דער מלמד איז א משוגענער", "די טיטשער איז אינגאנצן אראפ פון זינען"; זאלסטו גוט וויסן אז אויב דו מאכסט אוועק דעם מלמד אדער טיטשער פארנט פון דיינע קינדער, האסטו אויסגעלערנט פאר דיין קינד חוצפה און עזות, רחמנא לצלן.


פארן קינד זאגט מען: "זייער פיין, זייער וואויל", "דו האסט זייער א גוטע מלמד"; "דו האסט זייער א גוטע טיטשער"; "דו זאלסט זיך פירן מיט דרך ארץ, מיט הכנעה וכו'"; נאכדעם זאלסטו אויפהייבן א טעלעפאן צום מלמד און אים שיינערהיייט זאגן: "ר' איד, ביסט אינגאנצן אראפ פון זינען, אזוי רעדט מען צו קינדער וכו'?!", אדער דיין ווייב זאל אויפהייבן א טעלעפאן צום טיטשער און איר שיינערהייט זאגן: "חשוב'ע טיטשער, איך מיין אז מען דארף אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט מיט מיידלעך"; "חשוב'ע טיטשער, מען קען נישט מאכן קיין אויסנאם; מען קען נישט נעמען איין מיידל פאר א מיוחסת און מיט די אנדערע שלאגן כפרות"; דאס איז די ריכטיגע וועג פון חינוך.


אבער אויב מען מאכט אוועק דעם מלמד אדער טיטשער פארנט פונעם קינד, וואס קען מען שוין ערווארטן פונעם קינד... ווען דער קינד קומט צוריק אין חדר, און ער הערט ווי דער מלמד הייבט אן רעדן מוסר, דער מלמד הייבט אן פארציילן מעשיות, קען דאס דער קינד מער נישט אריין נעמען אין זיין מח, דאס קינד קען מער נישט אויסהערן זיינע מלמדים, ווייל ער זעט ווי זיין טאטע לאכט ביים שבת טיש פון זיין מלמד, ער הערט ווי זיין מאמע בארעדט זיין רבי אויפן טעלעפאן וכו'; נאכדעם וואקסן די קינדער אויף מחוצפים און עזות פנימ'ער רחמנא לצלן.


אויב דער מלמד פארשעמט דאס קינד, ער איז אים משפיל; דארף מען אריבערגיין צום מלמד און רעדן מיט אים וכו', אבער נישט זאגן פארן קינד: "איך גיי הרג'נען דיין רבי", וכדומה.


איך אליין האב מיט געהאלטן מעשיות ביי מוהרא"ש ווען אינגעלייט זענען געקומען דערציילן אז זייערע קינדער קומען אהיים פון חדר זאגנדיג אז דער רבי שלאגט און רצח'ט זיי (נישט פון די ברסלב'ער חדר, ברוך השם ביי אונז שלאגט מען נישט), האט מוהרא"ש זיי געהייסן: גיי אריבער צום מלמד פריוואט, קוק אים אריין אין די אויגן, און זאג אים: "איך ווארן אייך אויב איר וועט נאכאמאל שלאגן מיין קינד"; אבער נישט פשט אז טאטע מאמע זאלן זיצן אין שטוב און מאכן ליצנות פונעם מלמד אדער טיטשער, דעמאלט טוט מען גארנישט אויף, מען מאכט נאר קאליע אז דאס קינד זאל מער נישט מקבל זיין וכו'.


ד)    נאכדעם האבן מיר גערעדט וועגן די צרה וואס פלאגט אונזער דור: "סמארט-פאון"; איך האב זיך געבעטן ביי די מאמעס זיי זאלן רחמנות האבן אויף זייערע קינדער און אוועקווארפן זייערע סמארט-פאונס. אפילו די וואס האבן דאס נאר צו כאפן בילדער, זאלן זיך ענדערשט קויפן א קאמערע ווי צו האבן א סמארט-פאון; ווייל דאס איז אזוי ציענדיג, אזוי גלאנציג, אז מען כאפט זיך נישט ווי דאס ציט אוועק די מאמע פון זיצן מיט די קינדער און פארברענגען מיט זיי.


א אידישע מאמע דארף נישט האבן קיין סמארט-פאון, ווייל דאס נעמט אוועק די מאמע פון די קינדער; מען ווערט פארשפילט מיט דעם, מען ווערט אריין געדרייט אין שמועסן מיט חברט'עס לאנגע שעות וכו', און די קינדער גייען שלאפן ווי יתומים; זיי גייען אין חדר ווי יתומים, ווייל די מאמע איז פארנומען מיט איר סמארט-פאון.


איך האב פארציילט פאר די מאמעס אז איך האב באקומען א בריוו פון א בחור וואו ער שרייבט מיר: "ראש ישיבה, איך ווייס נישט וואס צו טון; איך הער אויס די שיעורים אויף "קול ברסלב" ווי דער ראש ישיבה זאגט אז מען זאל אהיים גיין העלפן טאטע מאמע; מען זאל אהיים גיין שמועסן מיט די עלטערן; איך האב עלטערן אבער זיי זענען נישט דא פאר מיר. ווען איך קום אהיים, טרעף איך מיין טאטע זיצן מיט זיין סמארט-פאון, ער איז פארנומען מיט זיינע זאכן, מיין מאמע זיצט אויף די אנדערע קאוטש און זי איז אריינגעטון אין איר סמארט-פאון, זי האלט אין איין איינקויפן "אן-ליין", זאג מיר וואס צו טון".


איך פרעג דיר, וואס זאל איך ענטפערן פאר דעם בחור? וואס דארף ער טון אז ער איז אזוי ווי א יתום? איין זאך פעלט אים, אז ער האט נישט ווער עס זאל רחמנות האבן אויף אים ווייל "עכט" האט ער יא א טאטע און א מאמע, אבער "באמת" האט ער נישט קיין עלטערן, ווייל זיי זענען אריין געטון אין זייערע "כלומר'ישע ביזנעס" מיט זייער "סמארט-פאון".


מען האט געוויזן פאר די פרויען א מוזיק ווידיאו ווי אזוי עס זעט אויס ווען קינדער ווארטן אויף זייער טאטע מאמע אז זיי זאלן אביסל אהיים קומען און שפילן מיט זיי א געים וכו'; איך מיין אז דו זאלסט אויסהערן די גאנצע שיעור וועט דיר דאס אויך העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


נ. ב. דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג.