מכתב יומי

כד טבת תשע"ט

January 01 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פונעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג דעם דף גמרא; וואס זאל איך דיר זאגן, מוהרא"ש שרייבט אן א שיעור מאל אין אשר בנחל: "די גאנצע חיות פונעם טאג איז דער דף גמרא".


נאך ברענגט מוהרא"ש פון הייליגן שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו, וואס האט געזאגט: "אז מען לערנט א דף גמרא מיט רש"י, איז עס מסוגל פאר הצלחה", און ער האט דערציילט אז ער האט געזען אסאך מענטשן וואס זענען אין זייערע יונגע יארן געלעגן זייער טיף אין שמוץ, אין שאול תחתית רחמנא לצלן, און זיי האבן אנגעהויבן צו לערנען יעדן טאג א 'דף גמרא', דורך דעם זענען זיי ארויס געגאנגען פון זייער פלאנטער, און געווארן ערליכע אידן.


אין די בלעטער גמרא ליגן אלע ישועות; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז עס איז געווען א איד וואס האט יארן לאנג נישט געהאט קיין קינדער, איז ער געפארן צום הייליגן 'שר שלום' פון בעלזא זי"ע פאר א ברכה, האט אים דער הייליגער שר שלום געזאגט: "אינגערמאן! קענסט דאך לערנען, אז דו וועסט לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא וועסטו זוכה זיין צו 'זרע של קיימא"; דער איד האט דאס מקיים געווען אסאך יארן מיט א מורא'דיגע עקשנות און ער האט זוכה געווען צו א גרויסע משפחה.


זעט מען וואס מען קען זוכה זיין אז מען לערנט א דף גמרא יעדן טאג; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער מיט גרויס עקשנות. פאלג דעם רבי'ן וועט דיר גוט זיין.


מארגן נאכט וועט אם ירצה ה' פארקומען א שיעור פאר די פרויען; זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שנייד נישט דיין בארד וועסטו האבן פרנסה; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז אויב מען שניידט די בארד שניידט מען אפ די צינורות (פייפס) וואס ברענגען שפע.


גיי ארויס פון דיין קטנות הדעת אז דו זעסט נישט אויס אזוי שיין מיט דיין בארד; דאס פאסט נישט פאר דיר, דאס זענען קינדעריש מחשבות. אז ביי ערליכע אידן איז א בארד שיין זאלסטו זוכן צו געפעלן פאר ערליכע אידן, און אז אין הימל איז א בארד שיין זאלסטו זוכן מען זאל האלטן פון דיר אויבן אין הימל.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "וואס האט א איד צו זארגן ווען ער וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, אז ער האט די בארד און פיאות"; ווען מען גייט אוועק פון דער וועלט לייגט מען דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר, און אז מען איז זוכה נפטר צו ווערן מיט בארד און פיאות - זאגט דער רבי - דארף מען זיך נישט זארגן.


זיי שטאלץ מיט דיין אידישקייט און דיין צלם אלוקים; להבדיל אלף הבדלות דער גוי טמא, פון וועלכע פאלק ער זאל נאר זיין - האלט ער זיך גרויס מיט זיין פאלק, פארוואס זאלסטו זיך שעמען מיט דיין אידישע צורה?!


א גוטע נאכט.