מכתב יומי

כד טבת תשפ"ו

January 13 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הייבן מיר אן מסכת מנחות, הייב דו אויך אן, כאפ זיך מיט, זיי נישט קיין בטלן, שטיי נישט פון דער זייט, קויף זיך א מסכת מנחות, היינט איז דא שיינע גמרות מנוקד מיט שיינע אותיות, און גיי נישט שלאפן איידער דו לערנסט דעם בלאט גמרא.


חכמינו זכרונם לברכה ברענגען (יבמות קכא.), דער הייליגער רבי טרפון דערציילט: "איך בין געפארן אויף א שיף און איך האב געזען ווי א צווייטע שיף איז צעבראכן געווארן, און די מענטשן זענען נעבעך דערטראנקען געווארן. אויפן שיף איז געווען א גרויסער צדיק, דער הייליגער תנא רבי עקיבא, עס האט מיר זייער וויי געטון אז דער צדיק האט זיך דערטראנקען, אבער שפעטער האב איך געטראפן דעם צדיק זיצן און לערנען, איך האב זיך זייער געוואונדערט 'ווי קען זיין אזא זאך? איך האב דאך געזען ווי ער איז דערטראנקען געווארן!' איך האב אים געפרעגט, זאג מיר די מעשה, ווי אזוי האסטו זיך געראטעוועט? האט ער מיר געזאגט: 'דף של ספינה נזדמן לי', איך האב געטראפן א ברעט פונעם צעבראכענעם שיף, איך האב זיך ארויפגעזעצט אויף די ברעט און יעדעס מאל עס איז געקומען א כוואליע האב איך זיך איינגעבויגן דעם קאפ ביז די וואל איז אריבער, ביז איך בין געראטעוועט געווארן"; צדיקים טייטשן, דער 'דף של ספינה' דאס איז דער דף גמרא וואס מען לערנט יעדן טאג, דאס ראטעוועט דעם מענטש נישט צו ווערן דערטראנקען אין די שטורעמישע וואסערן וואס ווילן אים דערטרענקען, די נסיונות; אז מען כאפט זיך אן אינעם דף של ספינה, דעם דף גמרא - קען מען בייקומען יעדע כוואליע.


אנטלויף פון דראגס, גיי נישט צו קיין מסיבות און שמחות וואו מען טיילט אויס דראגס; האב רחמנות אויף דיר און אויף דיינע קינדער, איך בעט דיר מיט מיין הארץ און נשמה, נאר דאס זאלסטו נישט טון, חס ושלום אפילו נאר טועם זיין, ווייל אז דו וועסט נאר טועם זיין - וועסטו ענדיגן דיין לעבן; אוי וויי, אוי וויי, וויפיל מעשיות איך ווייס פון טייערע בחורים, טייערע אינגעלייט און אפילו ווייבלעך - וואס האבן אפגעשניטן דאס לעבן אזוי מיאוס דורך זיין א חכם און טראכטן 'מיר וועט נישט שאטן איין מאל טועם זיין דעם ביטערן סם'; נעם די סם החיים, "תּוֹרָתִי אַל תַּעֲזֹבוּ" (משלי ד, ב), "עֵץ חַיִּים הִיא" (שם ג, יח), די גמרא וועט דיר בארואיגן דיינע אנגעצויגענע נערווען וכו', די גמרא וועט דיך היילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.