מכתב יומי

כד כסלו תשע"ח

December 12 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט צינדן מיר אן דעם ערשטן לעכטל פון די הייליגע מנורה; עס ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים אז חנוכה שיינט דער אור הגנוז וואס האט געשיינט ווען דער אייבערשטער האט באשאפן דער וועלט (עיין בני יששכר מאמרי חודש כסלו – טבת, מאמר ב - אור תורה, אות כא).


חנוכה איז א צייט וואס מען קען זיך צוריקקערן צום אייבערשטן; מען הייבט אן זען אז די גאנצע טבע איז דער אייבערשטער, אלעס וואס פאסירט איז נאר דער אייבערשטער. דער אייבערשטער האט געמאכט אז אויל וואס דארף ברענען איין טאג האט געברענט אכט טאג, אונז צו ווייזן אז עס איז נישט דא קיין 'טבע', מקרה', 'מזל'; אלעס איז נאר דער אייבערשטער.


חנוכה איז א צייט פון חינוך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כא:): "נֵר אִישׁ וּבֵיתוֹ"; ווען עס קומט די צייט ווען מען דארף אנצינדן די מנורה, דארף מען אלעס לייגן אין דער זייט, מען דארף אהיים קומען צו די ווייב און קינדער אנצינדן די מנורה.


זאלסט רעדן אין שטוב וואס חנוכה איז, אז די יוונים האבן געוואלט אויסרייסן די אמונה, זיי האבן געוואלט אריין ברענגען כפירות ואפיקורסות, מיר זאלן מיינען אז דער וועלט פירט זיך מיט טבע - ווער עס איז שטארק דער געוואונט, ווער עס האט א גרויסער מיליטער דער איז מצליח, אבער דער אייבערשטער האט געוויזן אז מיט אפאר חשמונאים האט מען זיי באזיגט, אזוי ווי מיר זאגן: "מָסַרְתָּ גִבּוֹרִים - בְּיַד חֲלָשִׁים, וְרַבִּים - בְּיַד מְעַטִּים וְכוּ'", האסט איבער געגעבן גבורים אין די הענט פון שוואכע, און אסאך מענטשן אין די הענט פון ווייניג מענטשן, אלעס צו ווייזן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, דער אייבערשטער קען יעדן איינעם העלפן; דאס זאלסטו פארציילן אין שטוב פאר די קינדער, אז דער אייבערשטער העלפט יעדן איינעם.


עס איז א שיינע זאך צו געבן חנוכה געלט פאר די מלמדים; וואיל איז פאר די עלטערן וואס זענען מכיר טובה די מלמדים פון זייערע קינדער וואס ארבעטן מיט זיי אזוי געטריי. הכרת הטוב איז די שענסטע מידה; עס איז גרינגער פארן מלמד צו ארבעטן מיט קינדער ווען ער זעט ווי די עלטערן אינטערסירן זיך און זענען זיי מכיר טוב. ווען דער מלמד זעט ווי עלטערן אינטערעסירן זיך אויף זייער קינד, געבט דער מלמד מער אכטונג אויף דעם קינד.


איך בין געווען א מלמד יארן צוריק, איך געדענק די הרגשה וואס איך האב געהאט ווען איך האב זיך אפגעגעבן מיט קינדער וואס דער טאטע האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט א גאנץ יאר וכו', איך פלעגט טראכטן צו זיך: 'איך ארבעט ביטער שווער מיט דעם קינד, און עס אינטערעסירט נישט דעם טאטן קיין כי-הוא-זה', איך האב דאס פשוט נישט געקענט פארשטיין. ביז היינט טראכט איך פון דעם, וואס איז פשט פון עלטערן וואס אינטערעסירן זיך נישט ביי די מלמדים אויף זייער קינד.


זע צו שיקן מיט דיין קינד כסדר 'מצוה צעטלעך' און שרייב אפאר ווארעמע ווערטער פארן מלמד; די פאר ווערטער וואס די עלטערן שרייבן איז מער ווי די חנוכה געלט וכו', ווייל ווען א מענטש לייגט אריין בלוט און שווייס פאר א צווייטן וויל ער אז מען זאל עס אנערקענען. ווען יענער אנערקענט דאס, איז דאס זייער געשמאק, און אז נישט טוט עס זייער וויי. עס איז נישט דא קיין תירוץ: "איך בין פארנומען", "איך האב נישט קיין צייט" וכדומה. עס נעמט נישט לאנג צו שרייבן אפאר ווערטער פארן מלמד.


איך וויל דיר פרעגן, מאך זיך א פשוט'ער חשבון; דו האסט נישט קיין געדולד די פאר שעה שבת ווען דו ביסט אין שטוב צו זיצן מיט דיינע קינדער, אדער ווען דיין ווייב בעט דיר א טובה דו זאלסט אכטונג געבן אויף די קינדער ווען זי דארף ארויסגיין וכו', דו ווערסט אזוי נערוועז, דו שפירסט ווי דו גייסט פשוט אראפ פון זינען; און דא זיצט א מלמד א גאנצן טאג מיט דיין קינד, נישט נאר מיט איין קינד, נאר מיט א גאנצע כיתה. ווען דו שפירסט אז דו קענסט מער נישט נעמען אז די קינדער פאלגן נישט, וואס טוסטו? דו שלאגסט דיין קינד, דו האסט נישט מורא אז איינער וועט דיר פארהאלטן וכו', אבער דער מלמד שלאגט נישט, ביי אונז שלאגן נישט די מלמדים, ווייל דער רבי האט געזאגט: "א קינד שלאגט מען נישט".


הלואי זאלן עלטערן זיך צוזאמנעמען און העלפן די מלמדים אז מען זאל זיי קענען באצאלן צייטלעך, און מען זאל קענען העכערן זייער געהאלט. כדי דער מלמד זאל האבן אביסל הרחבת הדעת, ער זאל זיין רואיג אין כיתה מיט די קינדער, און נישט האבן קיין דאגה אז ער קען נישט איינקויפן אויף שבת וכו'.


דערפאר אז מיר גייען יעצט אריין אין יום טוב חנוכה, זאלסטו זען צו געבן חנוכה געלט פאר די מלמדים, טיטשערס, מנהלים וכו', וועסטו האבן נחת פון דיינע קינדער. 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.