מכתב יומי

כד ניסן תשע"ח

April 09 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני-ב, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברוך ה' אז מיר זענען דעם יום טוב פסח ארויס פון מצרים, דארפן מיר אכטונג געבן מיר זאלן נישט צוריק גיין קיין מצרים. מיר דארפן געדענקען צו לעבן מיטן אייבערשטן; וויסן אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן. א מענטש האט נישט קיינעם אויף דער וועלט - נאר דעם הייליגן באשעפער; ווען מען פארלאזט זיך אויף א בשר ודם ווערט מען נאכדעם געוואויר וואס מענטשן זענען. א מענטש האט נישט קיין חברים, א מענטש האט נישט קיינעם בזה העולם, אלעס איז איין גרויסער דמיון.


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט עוסק זיין אין הפצה; דו ווייסט דאך אז דער רבי האט אונז געהייסן אנטרינקען ביימער (עיין ספורי מעשיות, מעשה ג' מחגר) און דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון דאס גרויסקייט פון מקרב זיין אידן לאביהם שבשמים (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יד; חיי מוהר"ן, סימן תמז; תקמג, ועוד).


מען קען זיך נישט פארשטעלן די זכותים פון דער וואס איז עוסק אין צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכ"ח): "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא, קום און זע: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא, דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא, דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. וְזָכֵי לְמֵחמֵי בְּנִין לִבְנוֹי, ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי, ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט, כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי, קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענער וועלט, עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ, ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן".


מיר האבן הערליכע קונטרסים פון הייליגן רבינ'ס דיבורים אין עטליכע שפראכן; אין אידיש, לשון הקודש, ענגליש, ספאניש, רוסיש, און פראנצויזיש. נעם א בינטל ספרים און גיי אויף די הייזער מזכה זיין אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם, דאס וועט דיר אויסרייניגן פון דיין שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב, זע איר דאס איבערצוגעבן.


 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני-ב, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד מרת ... תחי'


איך בעט אייך נאכאמאל, זעט מיר צו העלפן אז די פארטי זאל זיין מיט הצלחה. פארבינדט אייך מיט די פרויען וואס האבן גענומען אויף זיך דעם גאנצן עול אז דער פארטי זאל זיין מיט הצלחה - מרת ... תחי' און מרת ... תחי', פרעגט זיי וואס איר קענט העלפן אז די פארטי זאל זיין מיט הצלחה. ווען אלע פרויען פון אנשי שלומינו וועלן העלפן אפילו נאר אביסל, וועט דאס פאר מיר זיין זייער אסאך; אז יעדע פרוי וועט רופן אירע באקאנטע און משפחה וועלן מיר האבן א גרויסע הצלחה.


איך שלעפ א בארג; נישט סתם א בארג, נאר א בארג פון חובות, א בארג פון צאלן מלמדים און טיטשערס וכו'. ווען איך זע ווי מיינע תלמידים העלפן מיר, געבט דאס מיר כוחות ווייטער אנצוגיין.


איך שטיי יעצט פארן צענטן זוממער; יעדע ישיבה, יעדע חדר און יעדע סקול האט א פלאץ וואו צו וויילן פארן זוממער, אבער מיר האבן נישט קיין פלאץ. יעדעס יאר גייען מיר וואנדערן אויף א צווייטע מקום - גולה אחר גולה. ווען איך קוק צוריק און איך זע ווי דער אייבערשטער האט אונז יעדע זוממער אזוי שיין געברענגט א פלאץ, דאס שטארקט מיר אז מיר וועלן דאס  יאר אויך האבן א פלאץ וואו מיר וועלן קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיט אמונה און יראת שמים אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט.


זעט צו זאגן אביסל תהילים יעדן טאג; אויך בעטס דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס איר דארפט, וועט איר זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט אייך.


איך בעט אייך נאכאמאל, פארבינדט זיך מיט די פרויען וואס זיי ארבעטן מיט זייער גאנצע הארץ צו העלפן אונזערע מוסדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.