מכתב יומי
כד ניסן תשפ"א
April 06 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אויף דיין שלום בית, זאלסט אלעס לייגן אין די זייט ווען עס קומט צו דיין ווייב.
מיר זענען ביים רבי'ן דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן; אז דער רבי האט אונז געזאגט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב דארפן מיר פאלגן, דער רבי האט אסאך גערעדט פון היטן אויף שלום בית, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "זֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה יצר, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים", דער יצר הרע מאכט אז א יונגע פארפאלק זאל זיך צעטיילן, "כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דרוך דעם ווארפט ער אראפ דעם מענטש אין עבירות; אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין. דער רבי זאגט: "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד", דער יצר הרע לאקערט אויף דעם, "לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ער זוכט אריין צו כאפן יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.
אז עס איז דיר ביטער, אז עס איז דיר שווער; דיין ווייב שרייט אויף דיר, זי זידלט דיר אפ - זאלסטו דאס נישט נעמען פערזענליך און ווערן ברוגז אויף איר, ענדערש זאלסטו דאס נעמען פאר כפרת עוונות. ווען זי שרייט און זידלט זאלסטו זאגן שטילערהייט דעם פסוק (תהלים כה, יח): "רְאֵה עָנְיִי וַעֲמָלִי וְשָׂא לְכָל חַטֹּאותָי"; מוהרא"ש זאגט, ווען עס גייען אריבער שווערע צייטן זאל מען זאגן דעם פסוק, דאס איז מסוגל אראפצונעמען פון זיך אלע דינים; ווען א מענטש האט יסורים זאל ער זאגן די פסוק וועט ער זוכה זיין אראפצונעמען פון זיך אלע שלעכטס.
הלוואי זאלסטו ארייננעמען די ווערטער וואס איך שרייב דיר פון מיין הארץ, וועסטו האבן זיסע טעג און זיסע יארן. איך ווייס גאנץ גוט אז דו גייסט אריבער וכו' וכו', מיט דעם אלעם דארפסטו זיין שטארק ביי זיך; נישט זיין קיין מקבל, נישט ווארטן זי זאל דיר געבן, נאר דו זאלסט זיין דער משפיע, דו זאלסט מקיים זיין וואס דער אייבערשטער זאגט, בפרט די מצוה וכו' - דאס דארף מען טון נישט נאר ווען עס איז גוט פאר זיך, דאס איז א מצוה אזוי ווי אלע מצוות וואס מען איז מחויב צו טון וכו' וכו'.
מען הייבט שוין אן זיך גרייטן אויף ראש השנה; מיר זענען אלע מתפלל אז מיר זאלן זוכה זיין צו קומען די יאר ראש השנה שנת תשפ"ב (ת'הא ש'נת פ'ירסום ב'רסלב). אויב דו ווייסט איינער וואס קען מיר בארגן געלט ביז ראש השנה תשפ"ג, פאר צוויי יאר - זיי מיר מודיע; איך דארף יעצט בערך צוויי הונדערט טויזנט דאללער צו קענען ענדיגן נאך א שטאק אינעם בנין אין אומאן, אויב דו ווייסט לאז מיר וויסן.
יישר כח פאר'ן מתפלל זיין פאר מיר; איך האף דו האסט געהערט די גוטע נייעס אז איך שפיר זיך שוין אסאך בעסער, ברוך השם עס טוט מיר שוין נישט וויי מיין האנט.
מארגן וועט זיין א צאמקום פאר פרויען; זע אז דיין ווייב זאל קומען, זי וועט זייער הנאה האבן, זי וועט ווערן שטארק מחוזק, זי וועט אהיים גיין מיט פרישע כוחות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.