מכתב יומי
כד סיון תשע"ט
June 27 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
הער נישט צו צו די וואס לערנען פרישות און חומרות וכו', ווייל חומרות נעמט אוועק דעם מענטש פונעם אייבערשטן; עס זעט אויס דערהויבן, עס זעט אויס ווי מען ווערט אן עובד אבער באמת קען דאס זיין א טריק פונעם יצר הרע אוועק צו נעמען דעם מענטש פון זיין אן ערליכער איד. מיר האבן א שולחן ערוך; נעם דיר דעם שלחן ערוך פאר דיין וועג ווייזער און ריר זיך נישט אוועק דערפון, נישט אראפ צו נעמען און נישט צוצולייגן - וועט דיר אייביג גוט זיין.
וואס דארף מען מער פון וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז: פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.
רבי נתן האט געזאגט: "מען דארף אסאך הארעווען צו זיין א פשוט'ער איד אויף דער עלטער".
איך האב זיך נישט געוואלט געזעגענען פון דיר ווייל איך בלייב מיט דיר; מיין גוף איז אין קאנטרי אבער מיין מח מחשבה טראכט פון דיר און פון אלע טייערע תלמידים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האף דו וועסט קומען מפעם לפעם זוממער אין קעמפ כדי צו הערן דעם רבינ'ס ווערטער און איינטונקען דיין קאפ אין די הייליגע ישיבה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): פארוואס רופט מען א ישיבה מיטן נאמען 'ישיבה'? נאר "כְּשֶׁיֵּשׁ רַבִּי אֲמִתִּי עִם תַּלְמִידִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְקַבֵּץ וְנִתְלַקֵּט חֶלְקֵי הָאֱמוּנָה", ווייל דער אמת'ער צדיק לערנט מיט זיינע תלמידים אמונה, ער לייגט איין אין זיי אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, "וְעַל כֵּן נִקְרָא לִמּוּד הָרַב עִם הַתַּלְמִידִים יְשִׁיבָה, עַל שֵׁם קִבּוּץ חֶלְקֵי הָאֱמוּנָה, כִּי הָרַב הוּא מַשְׁגִּיחַ עַל חֶלְקֵי הָאֱמוּנָה שֶׁל כָּל אֶחָד וְאֶחָד, וּלְהַעֲלוֹתָם", אזוי ווי עס שטייט (תהלים קא, ו): "עֵינַי בְּנֶאֱמְנֵי אֶרֶץ לָשֶׁבֶת עִמָּדִי", 'לָשֶׁבֶת עִמָּדִי' איז א לשון פון 'יְשִׁיבָה', עיין שם.
געב אכטונג אויף דיינע קינדער אז זיי זאלן גיין אנגעטון צניעות'דיג; פריצות איז נישט זיס, צניעות איז זיס! אלע וואס קומען אין קעמפ ביי אונז דארפן אנטון די קינדער צניעות'דיג, פון ווען א מיידל ווערט דריי יאר דארף זי גיין אנגעטון און צוגעדעקט אירע פוס. דו וועסט גארנישט דערלייגן פון פירן א צניעות'דיגע שטוב, ראה הזהרתיך.
טראג שטענדיג מיט דיר ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, אז ווען דו טרעפסט א איד זאלסטו אים קענען מזכה זיין מיט די געשמאקע זיסע עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.