מכתב יומי

כז סיון תשפ"ב

June 26 2022

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין זומער מיט די ישיבה אין קרית ברסלב ליבערטי; די יאר וועל איך זיין מיט די בחורים באזונדער, אפגעטיילט; איך וועל נישט זיין אין בית המדרש פון שטעטל, איך וויל נישט שטערן די הלוך ילך פונעם שטעטל, איך וויל נישט שטערן די כולל מיט די מנינים.


די וואך וועט שוין זיין די שיעור ליל שישי אין קרית ברסלב; איך האף דו וועסט קומען מפעם לפעם.


קומענדיגע וואך ענדיגן מיר מסכת יבמות, עס איז ממש א שאד אז דו ביסט ארויסגעפאלן; אפשר יעצט לכבוד דעם סיום הייבסטו צוריק אן לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא? דאס וועט זיין א גוטע התחלה פאר די קומענדיגע מסכתא, מסכת כתובות.


פארגעס נישט, מיר פארן שוין אט אט קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, מיט וואס וועסטו קומען? מען קומט נישט מיט קיין ליידיגע הענט; אז דו וועסט לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא וועט זיך דער רבי צו דיר זייער פרייען.


הויב היינט אן לערנען דעם בלאט גמרא; דארפסט נישט פארשטיין, דו זאג די ווערטער אפילו בלי הבנה כלל. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט: "דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון א דף גמרא ווייל דאס ברענט אין אים ווי פייער, דערפאר וועט ער אלעס לאזן דעם מענטש טון - אבי נישט לערנען גמרא".


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די מוסד; איך האף ארויסצוגיין פון אלע חובות. די חובות זענען בכלל נישט מיינע, עס איז דיינע חובות; איך האב דאס געבארגט פאר דיר, פאר דיינע קינדער, פאר דיינע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.