מכתב יומי

כד שבט תשע"ח

February 09 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת משפטים-שקלים, מברכים אדר, כ"ד שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד... נרו יאיר


די וואך שבת איז די לעצטע וואך פון שובבי"ם און מען קען די וואך שבת אלעס פארעכטן.


דערפאר זאלסטו זען צו זיין פרייליך שבת, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיך לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", א מענטש דארף זיין זייער פרייליך שבת; ווען א מענטש איז פרייליך פארברענט ער אלע קליפות און משחיתים. די גאנצע זאך פונעם ס"מ איז וויינען און קלאגן, אבער ווען א מענטש איז פרייליך האבן זיי נישט קיין שום שליטה אויף אים, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ", אז א מענטש איז פרייליך היט אים דער אייבערשטער אפ פון אלע עבירות.


דערפאר בעט איך דיר זייער זאלסט זיין פרייליך שבת. קריג דיך נישט אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער; אנשטאט צו זוכן ווי דו קענסט זיך אפרעדן, ענדערש דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב און קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה יז, ד): פארוואס האט דער אייבערשטער נישט גלייך באשאפן חוה צוזאמען מיט אדם הראשון, פארוואס איז אדם הראשון באשאפן געווארן איינער אליין און ערשט שפעטער האט אים דער אייבערשטער געברענגט א ווייב? נאר: "צָפָה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא שֶׁהוּא עָתִיד לִקְרוֹת עָלֶיהָ תִּגָּר, לְפִיכָךְ לֹא בְּרָאָהּ לוֹ עַד שֶׁתְּבָעָהּ בְּפִיו", דער אייבערשטער האט געוואוסט אז אדם הראשון וועט זיך אפרעדן וכו' האט ער געווארט ווי לאנג ער וועט עס בעטן.


דערמאן זיך ווען דו ביסט געווען א בחור ווי דו האסט געוויינט אז דו ווילסט חתונה האבן, דו האסט אלעס פראבירט צו קענען טרעפן א שידוך, יעצט ווען דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן האסט חתונה געהאט, פארוואס זאלסטו זיך זוכן צרות? פארוואס זאלסטו זוכן ווי מען קען זיך אפרעדן? בעסער גיי אהיים העלפן אביסל אנגרייטן פאר שבת, געב אפאר גוטע ווערטער, מאך פרייליך, וועט אלעס ווערן גוט.


דער וואך שבת ליינט מען פרשת שקלים; די מצוה פון שקלים לערנט אונז אז א איד דארף זיך שטענדיג האלטן האלב און וויסן אז נאר מיט נאך א איד איז ער גאנץ. קודם הייבט זיך עס אן אז א מענטש ווען ער איז א בחור איז ער האלב, ווייל ווילאנג ער האט נאך נישט געטראפן זיין זיווג איז ער א פלג גוף, ערשט ווען ער האט חתונה ווערט ער אן 'אדם השלם'; נאכדעם דארף מען שטענדיג געדענקען אז איך אליינס בין האלב און מיין ווייב איז האלב - צוזאמען זענען מיר גאנץ, ווען ביידע האלטן זיך אייניג אז ביידע זענען האלב און נאר צוזאמען איז מען גאנץ דעמאלט איז דא א גאנצע שטוב.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות פרק ט', הלכה ח): "אִי אֶפְשַׁר לְאִישׁ בְּלֹא אִשָׁה, וְאִי אֶפְשַׁר לְאִשָּׁה בְּלֹא אִישׁ, וְאִי אֶפְשַׁר לִשְׁנֵיהֶן בְּלֹא שְׁכִינָה", א מאן קען נישט זיין אן א ווייב און א פרוי קען נישט זיין אן דעם מאן און ביידע פון זיי - דער מאן מיט זיין ווייב, קענען נישט זיין אן דעם אייבערשטן.


דער ס"מ מאכט א מענטש טראכטן: 'צוזאמען זענען מיר גאנץ, אבער איך בין זעכציג און דו ביסט פערציג', דאס איז ס'-זעכציג און מ'-פערציג צוזאמען איז עס הונדערט; דער ס"מ זוכט נאר ווי מען קען מאכן פירודים צווישן מאן און ווייב. אדער מאכט ער איינעם טראכטן 'איך בין מ'-פערציג און דער אנדערער איז ס'-זעכציג', דאס איז דער ס"מ.


דאס בעטן מיר די וואך ביי די יוצר לשבת שקלים (יוצר למוסף): "אוֹר פָּנֶי עָלֵינוּ אָדוֹן נְשָׂא" – "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל שוין זוכה זיין צו לעבן מיט דיר, דעמאלט וועל איך שטענדיג געדענקען אז איך בין נאר א מחצית השקל, איך וועל געדענקען אז איך דארף לעבן בשלום מיט יעדן איינעם, איך וועל זיין א ותרן אין שטוב און איך וועל זיין א סבלן". 


א פרייליכן שבת.