מכתב יומי

כח שבט תשפ

February 23 2020

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


מאך זיך א חשבון, דו האסט שוין פרובירט אלע עצות, האסט שוין אלעס געטון וכו', וכו'; יעצט איז שוין צייט אנהויבן פאלגן דעם רבי'ן, זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן אזוי ווי מען שמועסט מיט א חבר.


ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געקומען צום רבי'ן און אים דערציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו', וכו'; האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף רבי נתן'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער וואס די פאר ווערטער האט געטוישט רבי נתן'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דער ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן און אים אלעס דערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד', האב איך געשפירט ווי א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים עס דערציילן".


וויסן זאלסטו טייערער ברודער, ווען א מענטש הויבט אן פאלגן דעם רבי'ן, יעדן טאג רעדט ער זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער דאנקט אים אויף אלעס וואס ער האט, ער בעט אים אויף אלעס וואס ער דארף און ער דערציילט אים אלעס וואס באדערט אים, און אויב מען איז אראפגעפאלן און געטון שלעכטע מעשים דערציילט מען עס פאר'ן אייבערשטן, און מען בעט אים ער זאל מוחל זיין - אזא מענטש לעבט שוין דא אויף די וועלט אין "גן עדן", אזא איינער לעבט א חיים טובים, ער לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז קיינער קען אים נישט טשעפען און קיינער קען אים גארנישט שלעכטס טון.


זיי שטארק מיט די עצה וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק, דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה; ק) ער האט געהערט פון אסאך צדיקים אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך תפילה והתבודדות, ווייל מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן תפילה והתבודדות; ווען דער רבי האט דאס געזאגט זענען דארט געשטאנען אנשי שלומינו און זיי האבן אנגעפאנגען אויסרעכענען נעמען פון צדיקים, האט דער רבי געזאגט אויף יעדן נאמען וואס זיי האבן אויסגערעכנט אז אלע פון זיי האבן אים בפירוש געזאגט אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך תפילה והתבודדות, דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן.


איך בעט דיר אויב דו קענסט מיר העלפן פארקויפן ראפעלס אין שולן ביים דאווענען, מיר צו העלפן קענען אנגיין מיט די ישיבה, תלמוד תורה און מיידל סקול, וואס דאס איז אונזער עתיד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.