מכתב יומי

כג תמוז תשע"ח

July 06 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פנחס, כ"ג תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מוהרא"ש זאגט: פארוואס קומט אויס אז אינעם "יום תהילים" פון פרייטאג זאגט מען הלל? ווייל מען דאנקט דעם אייבערשטן אז עס קומט שוין שבת; עס איז אריבער א וואך פון צרות און יסורים, יעדער איינער האט זיך זיינע עליות און ירידות, יעדער מיט זיינע שוועריקייטן אבער ווען עס קומט שבת, איז: "בָּא שַׁבָּת - בָּא מְנוּחָה". שבת איז א צייט פון שלוות הנפש; מען ארבעט נישט, עס איז נישט דא קיין באנק, קיין געלט, קיין חובות וכו'.


שבת איז א טאג נאר פאר די נשמה, דער מענטש זאל זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (ויקהל, רה:): "הַאי יוֹמָא אִיהוּ יוֹמָא דְּנִשְׁמָתִין וְלָאו דְּגוּפָא", שבת איז א טאג פאר די נשמה נישט פאר די גוף; דערפאר זאגט מען הלל יעדן פרייטאג, ווען מען דאנקט דערביי דעם אייבערשטן אז מיר האבן אזא מתנה, א טאג וואס מען ווערט נאנט מיטן אייבערשטן.


שבת לערנט אונז אז דער אייבערשטער פירט די וועלט; נישט דא קיין טבע, מקרה און מזל. די וועלט האט א בעל הבית און אלעס ווערט געפירט פון אויבן; מען דארף נישט זארגן וואס וועט זיין, און וואס מען דארף זאל מען נאר בעטן פון אים.


א גאנצע וואך ביסטו טאקע פאריאגט און פארפלאגט, דו קומסט נישט אן צו פארברענגען מיט דיין ווייב און קינדער, אבער יעצט שבת זאלסטו פראווען שיינע סעודות; זינג און טאנץ מיט דיינע קינדער און הער זיי אויס וואס זיי דערציילן פון זייער וואך. שמועס מיט דיין ווייב און מאך איר פרייליך; אויב האסטו געהאט מיט איר א קריגעריי דורכאויס די וואך, זאלסטו איר איבער בעטן, און אויב ביסט געווען א גאנצע וואך בשלום מיט איר דארפסטו שבת מוסיף זיין מער ליבשאפט, אזוי ווי דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט (תיקוני זוהר, דף נז): "וְאִם אִית לוֹן שְׁלָמָא בְּכָל שִׁית יוֹמִין דְּחוֹלָא, יַעַבְדוּן תּוֹסֶפֶת בְּשַׁבַּתָּא בְּפִיּוּסָא דָא לְדָא בִּרְחִימוּ סַגִּי, כְּגַוְונָא דִלְעִילָא, דְאִתְּמַר לְגַבֵּי שְׁכִינְתָּא (שיר השירים ה, ב): פִּתְחִי לִי אֲחוֹתִי רַעִִיָתִי יוֹנָתִי תַמָּתִי, בְּתוֹסֶפֶת מִלִּין דְּפִיּוּסָא, כְּגַוְונָא דָא צָרִיךְ בַּר נַשׁ לְפַיְיסָא לְאִתְּתֵיהּ בְּשַׁבָּת בְּתוֹסֶפֶת מִלִּין דְּפִיּוּסָא", אויב מען לעבט בשלום מיט די ווייב א גאנצע וואך דארף מען שבת צו לייגן מער ליבשאפט, רעדן שיינע ווערטער און זיך ליב האבן.


אינוועסט אין דיין שטוב. לאז דיך אפ פון חברים, געדענק אז חבר איז נאר דער וואס איז דיר מחזק צו עבודת השם. מיר געפינען ביי דוד המלך (שמואל-ב טז, טז): "חוּשַׁי הָאַרְכִּי רֵעֶה דָוִד", חושי הארכי איז געווען דער חבר פון דוד, זאגט רש"י (דברי הימים-א כז, לג): ווען דוד המלך איז אריבער די מעשה פון בת שבע, האט דוד המלך געפרעגט חושי הארכי צי ער זאל תשובה טון, אויב דער אייבערשטער וועט אנעמען זיין תשובה, האט אים חושי הארכי געזאגט ער זאל תשובה טון, דעריבער ווערט ער אנגערופן "רֵעַ הַמֶּלֶךְ", דוד המלך'ס חבר; דאס איז א חבר, דער וואס איז מחזק מען זאל תשובה טון.


געדענק וואס מוהרא"ש פלעגט מיט אונז שטענדיג חזר'ן: "א מענטש האט נישט קיינעם בזה העולם; די אלע חברים וואס מען האט - מיינען זיך. ווען א מענטש האט א צרה וועלן זיי נישט קענען העלפן, אויב האט מען איינעם איז עס די ווייב און קינדער".


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער; איך האב זייער אסאך צייט אוועק געגעבן פאר דיר דו זאלסט חתונה האבן און האבן א שיינע לעבן. נעם אן מיינע ווערטער וועט דיר גוט זיין.


א פרייליכן שבת.