מכתב יומי

כה אב תשע"ח

August 06 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דעם שבת האבן מיר נאכאמאל אנגעהויבן "תלמוד ירושלמי"; עס איז נישט צום גלייבן וואס דער רבי טוט מיט אונז, ער נעמט פשוט'ע מענטשן ווי מיר זענען און פילט אונז אן מיט אזוי פיל תורה, דער רבי פילט אונז אן מיט מקרא; משנה; גמרא - בבלי, ירושלמי, תוספתא; רמב"ם; טור; שלחן ערוך; וכו' וכו'. אז מען נעמט דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד" איז מען זוכה ביז א קורצע צייט צו ווערן א גרויסער תלמיד חכם.


עס איז דא א ניגון אויף די ווערטער (משלי לא, כה): "עֹז וְהָדָר לְבוּשָׁהּ, וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן"; מען זינגט דעם ניגון זייער אסאך אין ברסלב און מוהרא"ש פלעגט טאנצן 'מצוה טאנץ' אויף דעם ניגון. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם מאמר חז"ל אויף דעם פסוק (שמות רבה נג, ב): "אֵימָתָי הַתּוֹרָה מְשַׂחֶקֶת לָאָדָם?" ווען לאכט די תורה צום מענטש, ווען זעט דער מענטש וואס ער האט אויפגעטון אין זיין לעבן? "הֱוֵי לְיוֹם אַחֲרוֹן", ביים לעצטן טאג; דעמאלט נעמט מען אפיר אלע תורה וואס דער מענטש האט געלערנט, אלע פרקים משניות וואס דער מענטש האט געלערנט. דעמאלט וועט מען זען וואס איז געווארן פון אלע דפים גמרא, דאן וועט מען זען דאס ווארהייט פונעם סדר דרך הלימוד און דאס גרויסקייט פון אלע וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות.


ביי די לויה ווען מען וועט באגלייטן דעם נפטר וועט מען נישט סתם טראגן דעם ארון, נאר עס וועט זיין אן 'ארון הקודש', אן 'ארון מלא ספרים'; עס וועט ליגן אינעם ארון גאנץ תנ"ך, ששה סדרי משנה, בבלי, ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, כל המדרשים, זוהר ותיקונים, כל ספרי רבינו, וכו' וכו' - דעמאלט וועט מען זען ווער עס איז דער געלעכטער. דער וואס האט נישט געפאלגט דעם רבי'ן וועט נעבעך זיין זייער פארשעמט, מען וועט אים טראגן אינעם ארון אזוי ווי מען טראגן א טויטע נבילה, דעמאלט וועט מען זען ווער עס איז דער געלעכטער.


"לאכן, לאכט דער וואס לאכט צום לעצט" – זאגט די וועלט; ווער לאכט באמת? דער וואס לאכט ביים סוף. ווען איינער מאכט אוועק דעם רבינ'ס 'סדר דרך הלימוד', ער לאכט און מאכט ליצנות אז עס הייסט נישט געלערנט וועט ביי אים מקוים ווערן דער פסוק וואס שטייט (רות א, כא): "אֲנִי מְלֵאָה הָלַכְתִּי, וְרֵיקָם הֱשִׁיבַנִי", דאס גייט ארויף אויף א מענטש וואס האט נישט אויסגענוצט זיינע יארן; זיין נשמה קלאגט: "אֲנִי מְלֵאָה הָלַכְתִּי", איך בין אראפ געקומען אנגעפילט מיט כל התורה כולה, אבער: "וְרֵיקָם הֱשִׁיבַנִי", איך גיי צוריק ליידיג (עיין זוהר חדש, רות).


מיר קומען שוין נענטער צו חודש אלול; יעצט איז א צייט וואס מען דארף זיך נעמען אין די הענט און אנהייבן לערנען די הייליגע תורה; טייערער ..., זיי נישט קיין בטלן, הייב אן לערנען יעדן טאג דעם דף גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - דאך זע צו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. די ווערטער פון די תורה וועט דיר אפרייניגן פון אלע דיינע זינד, עס וועט דיר רייך מאכן און עס וועט דיר ברענגען ישועות און הצלחה אין אלע דיינע ענינים.


כאפ דיך מיט מיטן לימוד ירושלמי; איך לערן פאר יעדן אינדערפרי א בלאט בבלי און א בלאט ירושלמי, דו קענסט דאס הערן אויף קול ברסלב. אז דו קומסט נישט אן צו לערנען דעם בלאט גמרא זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא, וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.


נעכטן האב איך געהערט פון אן אייניקל פונעם גבאי פון הרה"ק מבעלזא זכותו יגן עלינו, אז ווען מען פלעגט אים זאגן א גוטע וואך, האט דער בעלזא'ער רב געענטפערט: "א גוטע וואך איז א בלאט גמרא"; אן גמרא קען מען נישט לעבן א גוטע וואך.


נעכטן האבן מיר געהאט א סיום הש"ס דא אין קעמפ; איינע פון די אינגעלייט האבן מסיים געווען ש"ס. דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט אין די גאנצע וועלט, א אינגערמאן וואס ארבעט א גאנצן טאג זאל ארויסכאפן יעדן טאג אביסל צייט צו לערנען, דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן. עס האט מיר צוגעגעבן א שטיק געזונט זעענדיג ווי מיינע תלמידים פירן זיך אויף מיט יראת שמים; דאס געבט מיר כח ווייטער ממשיך צו זיין מיט די ישיבה וכו'.


איך ווארט צו הערן פון דיר וואו דו האלסט אין ש"ס און וואו דו האלסט אין משניות.


זיי געזונט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.