מכתב יומי

כו אדר א' תשפ"ב

February 27 2022

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


וויסן זאלסטו מען קען אלץ תשובה טון; אז מען איז זיך מתודה, מען דערציילט דעם אייבערשטן וואס מען האט געטון, מען זאגט אים "איך גיי עס מער נישט טון" - איז דער אייבערשטע מוחל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי) דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתודה אויף זיינע עבירות - בין איך אים גלייך מוחל און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות; ווען א מענטש טוט תשובה - מעקט דער אייבערשטער אויס זיינע זינד.


אפילו דו ביסט אראפגעפאלן אזוי טיף אין שאול תחתית השם ישמרינו - קענסטו נאכאלץ צוריקקומען צום אייבערשטן, מען ווארפט קיינעם נישט אוועק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה יט, ד) אויפ'ן פסוק (איוב לא, לב): "בַּחוּץ לֹא יָלִין גֵּר, אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה, אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל; הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה, וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, די טירן זענען שטענדיג אפן, ווער עס וויל צוריקקומען צום אייבערשטן - קען שטענדיג צוריקקומען צו אים. נאך זאגן די הייליגע חכמים (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד שָׁם", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, ער קומט אן אויף א פלאץ וואו צדיקים קומען נישט אן.


די וואך ענדיגן מיר נאך א סדר חומש - ספר שמות; א מחי' ווער עס הויבט אן דעם טאג מיט חומש רש"י, דער גאנצער טאג איז אנדערש, די גאנצע וואך איז אנדערש; הויב אן היינט לערנען די פרשה - וועסטו שפירן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.