מכתב יומי

כה אדר ב' תשע"ט

April 01 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע, כ"ה אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר ווייסן פון רבי'ן וואס לערנט אונז אויס ווי אזוי מיר קענען האבן א גוט לעבן, דורכ'ן אריין נעמען דעם אייבערשטן אין אונזער לעבן.


דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט אז ביים אנהייב פון זיין התקרבות צום הייליגן רבי'ן איז דער רבי איינמאל געגאנגען מיט אים אויף א שפאציר; דער רבי האט גערעדט מיט אים זיינער שיינע זאכן און אים זייער מחיה און מחזק געווען, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט בלויז געציילטע ווערטער, וואס די פאר ווערטער האבן אים מחי' געווען דורכאויס זיין גאנצע לעבן; דער הייליגער רבי האט אים געזאגט: "אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד"; דער רבי האט אים דעמאלט אנפלעקט די זאך פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, אים אלעס אויסדערציילן און גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


האט רבי נתן זכרונו לברכה שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד', האב איך גלייך געשפירט אז איך האב שוין א וועג צו מצליח צו זיין אין לעבן, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן (פעולת הצדיק, סימן תכג-תכד)".


זיי זיך מחי' מיט אמונה אינעם אייבערשטן; אונזער גאנצע חיות דארף זיין אז מיר האבן אמונה אינעם אייבערשטן, דאס אליינס דארף דיר פרייליך מאכן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פון א רב א תלמיד חכם וועם די רוסן ימח שמם וזכרם האבן פארכאפט אין סיביר, וואס ווי באקאנט איז יעדער וואס איז פארכאפט געווארן ביי די קאמעניסטן ימח שמם אין סיביר געווען דארט אויף ווייניגסטנ'ס צען יאר, מען האט דארט געטון ביטערע שווערע ארבעט אין שרעקליכע אומשטענדן. אין ביטערע פרעסטן פון מיינוס צוואנציג וכו', און רוב יאר איז בכלל נישט דא קיין זון דארט. מענטשן פלעגן דארט פארפרוירן ווערן רחמנא לצלן און קיינמאל נישט צוריק קומען צו זייערע משפחות, מיליאנען מענטשן זענען דארטן פארפרוירן געווארן השם ינקום דמם; דער רב דער צדיק איז דארט אנגעקומען און נאך צען יאר איז ער ארויס פון דארט בדרך נס.


נאכ'ן באפרייט ווערן האט ער זיך געטראפן מיט'ן גרויס'ן צדיק דער ריי"ץ פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו, ער האט אים דערציילט וואס עס איז אריבער אויף אים; אז ער האט נישט געהאט קיין תפילין און קיין ציצית, עס נישט געווען קיין שבת, בקיצור, ער האט גארנישט געהאט, קיין שום מצוה. איין טאג איז ער אויפגעשטאנען זייער צעבראכן, ווען ער האט געזאגט: "מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ", האט ער האט אנגעהויבן טראכטן קשיות אויפ'ן אייבערשטן: 'אויף וואס דאנק איך דעם אייבערשטן? איך האב דאך גארנישט דא, איך קען דאך נישט מקיים זיין קיין שום מצוה פון די תורה', אבער ער האט ווייטער געזאגט די ווערטער: "מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ מֶלֶךְ חַי וְקַיָּם, שֶׁהֶחֱזַרְתָּ בִּי נִשְׁמָתִי בְּחֶמְלָה, רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ", פלוצלינג איז אריין אין אים א שמחה, ער האט געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך האב דיר שוין אויף וואס צו דאנקען און לויבן: - 'רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ' איך האב דאך א מצוה צו גלייבן אין דיר; אמת טאקע איך האב נישט קיין ציצית, קיין תפילין, נישט קיין שבת נישט יום טוב, גארנישט האב איך נישט, אבער: 'רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ' איך קען זיך מחזק זיין מיט די אמונה"; ווען דער צדיק רבי יוסף יצחק פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו האט דאס געהערט האט ער געשמייכלט און געזאגט: "עס האט זיך געלוינט דאס זיצן אין סיביר צען יאר דו זאלסט דאס געוואר ווערן, אז א מענטש האט גארנישט נאר 'רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ' און מיט דעם דארף מען זיך מחי' זיין".


יישר כח פארן העלפן די מוסד מיר זאלן ווייטער קענען אנגיין מיט'ן צאלן די מלמדים און טיטשערס; איך בעט יעדן טאג פאר די אלע וואס העלפן די מוסד מיר זאלן קענען אנגיין מיט'ן אריין ברענגען דעם רבינ'ס עצות אין אידישע קינדער.


רבי נתן האט געזאגט: "אויף פסח וועט זיין, ווי נעמט מען דעם פסח אליינס?" זינג עס מיט'ן ניגון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת תזריע, כ"ה אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מען שפירט שוין אין די לופט דעם יום טוב פסח; מען רוימט און מען קויפט שוין איין פאר'ן יום טוב פסח.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן ביי די שיעורים אז דער אייבערשטער האט זיך נישט וואס צו שעמען מיט אידישע קינדער מיט די חסד וואס אידן טוען איינער מיטן צווייטן. בפרט יעצט פאר דעם יום טוב פסח, וואסערע חסד אידן טוען אלץ איינער פאר'ן צווייטן; מען טיילט אויס פאר טויזנטער אידן עסן פאר פסח – אריינגערעכנט וויין, פיש, פלייש און מצות. נאכדעם זענען דא וואס העלפן שלעפן פאר אנדערע, סיי פאר די וואס האבן נישט קיין וועג דאס אפצונעמען און פאר עניים בני טובים וואס שעמען זיך וכו' זענען דא וואס העלפן זיי בדרך כבוד. דאס איז די גרעסטע מצוה וואס איז נאר שייך, צו פרייליך מאכן אידישע קינדער וואס קענען נישט אליינס אריין ברענגען דעם יום טוב פסח.


מוהרא"ש זאגט, וואס איז פשט פון דעם וואס מען שרייט אויס פסח ביינאכט אין די הגדה ביי דעם שטיקל פון הא לחמא עניא: "כָּל דִכְפִין - יֵיתֵי וְיֵיכֹל", ווער עס איז הונגעריג זאל קומען עסן, וואס איז פשט אז דו זיצט אין א צוגעמאכטע שטוב בשעת דו רופסט אויס "כָּל דִכְפִין - יֵיתֵי וְיֵיכֹל", ווער עס איז הונגעריג זאל קומען עסן, קיינער הערט דאך נישט, לאמיר זען דו זאלסט אויסרופן אין בית המדרש: "כָּל דִכְפִין - יֵיתֵי וְיֵיכֹל", ווער עס איז הונגעריג זאל קומען עסן! נאר מיט דעם וואס מען האט געהאלפן אלע הונגעריגע אידן, אלע וואס האבן נישט פאר יום טוב פסח; מען האט געזארגט פאר זיי פאר יום טוב מיט'ן זיי געבן קמחא דפסחא, מען האט געשלעפט און געברענגט וכו' וכו', - קען מען טאקע זאגן ביים סדר: "כָּל דִכְפִין - יֵיתֵי וְיֵיכֹל".


וויל איך דיר מחזק זיין אז אפילו דו האסט קוים פאר דיר אליינס אויף יום טוב זאלסטו זוכן צו טון חסד פאר אנדערע - אז דו קענסט נישט בממון טו חסד בגוף; אז דו ווייסט פון א פלאץ וואו מען טיילט עסן גיי נעמען פאר דיין חבר וואס האט נישט, ווייל עס זענען דא משפחות וואס האבן נישט וואס צו עסן - פשוטו כמשמעו; דאס וועט דיר ראטעווען פון אלע נפילות וואס דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "'צְדָקָה תַּצִּיל מִמָּוֶת' איז די ראשי תיבות 'מַצַּת'; נאך זאגט דער רבי: "סְגֻלָּה לָחֳלִי נוֹפֵל רַחֲמָנָא לִצְלָן, פִּזַּר נָתַן לָאֶבְיוֹנִים: רָאשֵׁי תֵּבוֹת 'נֶפֶ"ל', א סגולה צו געראטעוועט ווערן פון חולי נופל (עפילעפסי) איז צו געבן צדקה וואס איז די ראשי תיבות פון די מחלה; דאס גייט ארויף סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. אויב א מענטש האט רחמנא לצלן די מחלה פון חולי נופל, זאגט דער רבי זאל ער געבן צדקה. און דאס גייט אויך ארויף ברוחניות, אז א מענטש וואס זעט אז ער האלט אין איין פאלן; וויפיל ער וויל זיין ערליך און ער נעמט זיך פאר צו טון נאר גוטע זאכן, פאלט ער צוריק צו זיינע רגילות'ן וכו', זאל ער געבן צדקה.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צום פסח אליין, וואס דאס איז פֶּה - סָח; וואס דו דארפסט זאלסטו נאר בעטן פונעם אייבערשטן.


א גוטע נאכט.