מכתב יומי

כה אדר תשע"ח

March 12 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, כ"ה אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זיי נישט אזוי צעקלאפט ביי דיר; עס איז נישט קיין קונץ צו קרעכצן... און עס איז נישט קיין גרויסע חכמה צו זיין געפאלן ביי זיך... א קונץ איז ארום צו גיין מיט א שמייכל אפילו ווען זאכן גייען נישט אזוי ווי מען וויל, א קונץ איז ארום צו גיין פרייליך ווען עס איז גאר שלעכט. אז מען איז פרייליך דרייען זיך אלע פראבלעמען איבער און מען הייבט אן מצליח צו זיין אין אלעמען, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך איז מצליח.


מיר שטייען שוין אין די שלשים יום קודם הפסח און מען איז שוין עוסק אין אויסרוימען דעם חמץ וכו', דארף מען אבער געדענקען וואס ר' נתן האט געזאגט פאר איינעם וואס איז זיך געקומען אפרעדן צו אים אז ער האט נישט קיין געלט אויף פסח, ר' נתן האט אים מחזק געווען און געזאגט: "אויף פסח וועט זיין, אבער ווי נעמט מען דעם פסח אליין?" מען זעט בחוש אז ווען עס קומט אן דער יום טוב פסח האט למעשה יעדער איינער וויין, מצות און כל טוב וטוב; אידן פארטיילן שווערע געלטער פאר צדקה, מען טיילט מצות און אלע סארטן עסן וכו' וכו', האט ר' נתן געזאגט: "אויף פסח וועט זיין, אבער ווי נעמט מען דעם פסח אליין?" ווי נעמט מען דעם פֶּה-סָח - דאס רעדן צום באשעפער. מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל זוכה זיין צו רעדן צו דיר און געדענקען אז קיינער קען מיר גארנישט טון, העלף מיר איך זאל געדענקען אז אלעס קומט פון דיר. העלף מיר באשעפער אז איך זאל האבן ריינע אויגן, א ריינע מח און א ריינע הארץ, העלף מיר איך זאל קענען אויסרייניגן מיינע אברים זיי זאל נישט זיין חמצ'דיג פונעם יצר הרע".


איך וויל דיר זען היינט נאכט ביים שיעור; עס קומט מיר בכלל נישט אן גרינג צו געבן דעם שיעור פאר אינגעלייט ביינאכט, אבער איך שטרענג זיך אן צו געבן שיעורים נאר אז דו זאלסט זיך מחדש זיין, דו זאלסט זיך אויפפרישן אין עבודת השם און אין שלום בית.


די וואך מיטוואך נאכט וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור פאר די פרויען, זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען; עס וועט גארנישט פאסירן אז דו וועסט בלייבן אין שטוב אכטונג געבן אויף די קינדער כדי דיין ווייב זאל קענען אביסל ארויסגיין פון שטוב זיך מחזק זיין מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.