מכתב יומי

כו אדר תשפ

March 22 2020

[די פרויען בריוו און די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מיר שטייען יעצט אין א צייט וואס די גאנצע וועלט איז צעשאקלט פון די מחלה וואס דריידט זיך ארום די וועלט, די מחלה פון קאראנע; דארפן מיר געדענקען אז דער אייבערשטער וויל אונז אויפוועקן פון שלאף, מיר זאלן פאררעכטן אונזערע מעשים.


דער רמב"ם זאגט (פרק א' מהלכות תעניות, הלכה ב): "וְדָבָר זֶה מִדַּרְכֵי הַתְּשׁוּבָה הוּא", דאס איז די וועג תשובה צו טון, "שֶׁבִּזְמַן שֶׁתָּבוֹא צָרָה וְיִזְעֲקוּ עָלֶיהָ וְיָרִיעוּ יֵדְעוּ הַכּל שֶׁבִּגְלַל מַעֲשֵׂיהֶם הָרָעִים הוּרַע לָהֶן", ווען עס קומט א צרה זאל מען שרייען און וויינען צום אייבערשטן אז אלע זאלן וויסן אז דער אייבערשטער ברענגט דאס כדי מיר זאלן תשובה טון, מיר זאלן פאררעכטן אונזערע מעשים, אזוי ווי עס שטייט (ירמיהו ה, כה): "עֲו‍ֹנוֹתֵיכֶם הִטּוּ אֵלֶּה וְחַטֹּאותֵיכֶם מָנְעוּ הַטּוֹב מִכֶּם", אייערע עבירות האט גורם געווען דאס שלעכטס, און די זינד ברענגט דאס שלעכטס, "וְזֶה הוּא שֶׁיִּגְרֹם לָהֶם לְהָסִיר הַצָּרָה מֵעֲלֵיהֶם", דאס וועט אוועק נעמען די צרה.


איך בעט דיר זייער זאלסט תשובה טון; מאך זיך א חשבון הנפש וואס דו דארפסט פאררעכטן, זאג פאר'ן אייבערשטן אז דו גייסט זיין ערליך, דו גייסט דאווענען שחרית, מנחה און מעריב יעדן טאג; דו גייסט לערנען דיינע שיעורים יעדן טאג און עוסק זיין אין אסאך חסד, העלפן אידישע קינדער וויפיל דו קענסט. אויך דיין ווייב און קינדער זאלן זיך מאכן א חשבון הנפש; דיין ווייב זאל אכטונג געבן אויף צניעות, זי זאל גיין אנגעטון איידל און זיך פירן איידל און באשיידן, וועט דער אייבערשטער אונז העלפן אז די צרה וועט אריבער גיין.


אין די זעלבע צייט וואס מיר טוען תשובה, מיר פאררעכטן אונזערע מעשים דארפן מיר געדענקען אז דאס טאר נישט קומען פון פארלוירנקייט; מיר טארן זיך נישט פארלירן, מיר דארפן וויסן אז די גאנצע קאראנע איז דער אייבערשטער, דער אייבערשטער האט דאס געברענגט, דער אייבערשטער מאכט אלעס און טוט אלעס. ער וויל אונז צוריק ברענגען צו אים, מיר זאלן זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם, מיר זאלן זיין אנגעהאנגען אין אים, דער קאראנע איז א זאך וואס יעדער מענטש זעט קלאר אז עס איז נישט דא וואס צו מאכן, עס איז נישט דא אויף וועם זיך צו פארלאזן, נאר דער אייבערשטער קען אונז העלפן און וועט אונז העלפן.


דער נביא זאגט (הושע יד, ב-ד): "שׁוּבָה יִשְׂרָאֵל עַד ה' אֱלֹקֶיךָ כִּי כָשַׁלְתָּ בַּעֲוֹנֶךָ", אידישע קינדער טוט תשובה, קערט אייך צוריק צום אייבערשטן, "אַשּׁוּר לֹא יוֹשִׁיעֵנוּ", קיין שום פאלק קען אונז נישט העלפן, "עַל סוּס לֹא נִרְכָּב", די געווער וועט אונז נישט העלפן, "וְלֹא נֹאמַר עוֹד אֱלֹקֵינוּ לְמַעֲשֵׂה יָדֵינוּ", מען וועט מער נישט טראכטן אז מיר קענען זיך אליינס העלפן, מען וועט נישט זאגן מיר האבן אייגענע אפגעטער, "אֲשֶׁר בְּךָ יְרֻחַם יָתוֹם", נאר דער אייבערשטער, ער אליינס וועט אונז העלפן.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 מרת ... תחי'


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט זאגן אביסל תהילים יעדן טאג; די וועלט דארף אייער תהילים, דאס וועט ברענגען משיח צדקינו. מען האט אמאל דערציילט פאר רבי נתן זכרונו לברכה אז עס זענען דא געוויסע חסידים וואס פירן זיך צו לייגן פאר'ן גיין שלאפן אונטער זייער קישן א פלאש ברוינפן, און ווען זיי וועקן זיך אויף פרעגן זיי: "משיח איז נאך אלץ נישט דא?" דאן הויבן זיי אן טרינקען ביז זיי ווערן שיכור און שלאפן נאכאמאל איין, זייער צוגאנג איז אז ווילאנג משיח איז נאכנישט דא דארף מען איינשלעפן דעם יצר הרע, ווייל ווען מען שלאפט זינדיגט מען נישט. האט רבי נתן געזאגט: "דאס איז נישט קיין עצה; מען דארף לייגן א 'תהילים' אונטערן קישן און ווען מען וועקט זיך אויף און מען זעט אז משיח איז נאך אלץ נישט דא זאל מען אפיר נעמען דעם תהילים, זאגן אפאר קאפיטלעך און שרייען צום אייבערשטן".


פארלירט זיך נישט, ווערטס נישט דערשראקן פון גארנישט; דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט אייך, מיר ליגן אין די הענט פונעם אייבערשטן. אנטלויפטס פון הערן נייעס; וואס דארפט איר הערן א צווייטנס צרות? עס וועט אייך זיין אסאך גרינגער אן הערן נייעס, פרובירטס עס אויס, איר וועט זיין רואיג און צופרידן. רעדטס מיט אייער מאן און קינדער דיבורי התחזקות, וועט איר זיין געזונט און שטארק.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - א' פרשת ויקרא, כ"ז אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


יעצט ווען אלעס איז אפגעשפארט, נישט דא וואו צו גיין נישט דא וואו צו קומען, אלע זיצן אין שטוב און ווארטן אויף א נס, בלייבט איבער נאר די הייליגע עצות פון רבי'ן; דער דרך הלימוד גייט אן, אז מען לערנט אויפ'ן דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) דעמאלט דארף מען גארנישט; מען קען זיצן אין שטוב מיט'ן משניות'ל, מיט'ן חומש'ל, מיט'ן גמרא און לערנען אן א שיעור.


איך בעט דיר מיין טייערער ברודער, מיין הארציגער חבר, אנשטאט זיצן מיט'ן טעלעפאן זיץ מיט'ן משניות, מיט'ן גמרא; יעצט איז א צייט וואס מען דארף זיך אויפוועקן פון שלאף און זען וואס בלייבט איבער, וואס האט מען; נאר דאס ביסל דינען דעם אייבערשטן - דאס בלייבט איבער אין אלע צייטן.


נעם יעצט א חומש און הויב אן מעביר סדרה זיין; היינט הויבן מיר אן ספר ויקרא, מען הויבט אן "ויקרא" - דער אייבערשטער האט גערופן משה רבינו, "ויקרא" האט א קליינע אלף, דאס ווייזט אונז מיר זאלן נישט פארגעסן אז דער אייבערשטער - דער אלף - דער אלופו של עולם איז איבעראל, ער איז אין יעדע זאך, נישט דא קיין שום זאך וואס זאל זיך פירן פון זיך אליינס אן דעם אייבערשטן. ביי בלעם איז נישט דא קיין אלף ביי בלעם, שטייט (במדבר כג, ד): "וַיִּקָּר אֱלֹהִים..." א לשון פון גנאי, א לשון פון טומאת קרי; ווייל ווען מען נעמט ארויס דעם אלף, מען נעמט ארויס דעם אייבערשטן - דאס איז טומאה.


הויב אן מעביר סדרה זיין; ווען יעדער איינער זוכט א סגולה צו קענען איבערלעבן די שרעק פון קאראנע נעם די סגולה פון די הייליגע חכמים וואס זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פָּרָשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגּוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִבּוּר מַאֲרִיכִין לוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו"; א מענטש זאל לערנען יעדע וואך די פרשה פון די וואך צוויי מאל די פסוק און איין מאל תרגום, ווייל ווער עס איז מעביר סדרה יעדע וואך וועט לעבן לאנגע טעג און לאנגע יארן; דאס איז די בעסטע סגולה פאר אריכות ימים און דאס ראטעוועט א מענטש פון אלעם שלעכטס.


זוכסט א פלאץ וואו זיך צו באהאלטן? נעם די בלאט גמרא; דארט איז די בעסטע פלאץ זיך צו באהאלטן פון אלעס שלעכטס.