מכתב יומי

כה אייר תשע"ח

May 10 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר בחקותי, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", ווען א מענטש גייט אויף קברי צדיקים מתפלל זיין, הערט דער אייבערשטער צו זיינע תפילות; דעריבער איז א גרויסע זאך צו גיין אויף קברי צדיקים מתפלל זיין צום אייבערשטן, סיי פאר זיך, פאר די ווייב און קינדער, און בכלל פאר אלע אידן.


ווען א מענטש האט א צרה חס ושלום דארף ער וויסן אז דורך תפילה ביי קברי צדיקים קען מען ארויס קריכן פון די צרה. דער זוהר הקדוש זאגט (שלח, קנח): ווען כָּלֵב האט געזען אז משה רבינו האט געגעבן א ברכה פאר יהושע בן נון אז ער זאל געראטעוועט ווערן פון די עצה פון די מרגלים אבער ער זעלבסט האט נישט באקומען קיין ברכה, וואס האט ער געטון ווען ער האט געזען אז ער איז אין א סכנה? "אִשְׁתְּמִיט מִנַּיְיהוּ, וְאָתֵי לְגַבֵּי קִבְרַיָּיא דַּאֲבָהָן, וְצַלֵּי תַּמָּן צְלוֹתֵיהּ", ער האט זיך אוועק געכאפט פון די מרגלים און געגאנגען קיין חברון צו קברי צדיקים מתפלל זיין אז ער זאל נישט פארכאפט ווערן מיט די עצת מרגלים צו קריגן אויף משה רבינו.


מוהרא"ש ווען ער פלעגט אראפברענגען דעם זוהר פלעגט ער דאס שיין אויסשמועסן, ווי דער זוהר זאגט ווייטער: "ווי אזוי קען זיין אז כלב איז געגאנגען קיין חברון מתפלל זיין ביי די מערת המכפלה איינער אליין, עס זענען דאך דארטן געווען די ריזן מענטשן, ווי אזוי האט ער נישט מורא געהאט פון זיי?!" זאגט דער זוהר הקדוש (שם): "אֲבָל מַאן דְּאִיהוּ בְּדוֹחֲקָא, לָא אִסְתָּכַּל מִדִי", ווער עס איז אין א צרה קוקט נישט אויף גארנישט, "כַּךְ כָּלֵב, בְּגִין דְּהֲוָה בְּדוֹחֲקָא, לָא אִסְתָּכַּל מִדִי, וְאָתָא לְצַלָּאָה עַל קִבְרֵי אֲבָהָן, לְאִשְׁתְּזָבָא מְעֵיטָא דָּא", אזוי אויך ווען כלב האט געזען אז ער איז אין א גרויסע סכנה איז ער געלאפן צו קברי צדיקים מתפלל זיין, ער האט נישט געקוקט אויף דעם אז דארט זענען דא די בני ענק; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון גיין אויף קברי צדיקים.


דעריבער בעט איך דיר זייער דו זאלסט זיך מפעם לפעם אריבער כאפן צו קברי צדיקם און זיך דארט אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע ישועות.


אלע אונזערע תפילות וואס מיר בעטן דעם אייבערשטן איז נאר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען זייער גאנץ לעבן פארן אייבערשטן. מען זעט ווי דוד המלך בעט זיך ביים אייבערשטן (תהלים טז, א): "שָׁמְרֵנִי אֵל", היט מיר אפ אייבערשטער, "כִּי-חָסִיתִי בָךְ", ווייל איך פארלאז מיך נאר אויף דיר. "אָמַרְתְּ לַה' ה' אָתָּה", אייבערשטער דו ביסט מיין באשעפער, "טוֹבָתִי בַּל-עָלֶיךָ", אלע גוטס וואס דו געבסט מיר קומט נישט אין מיין זכות, נאר "לִקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר-בָּאָרֶץ הֵמָּה", אלעס וואס איך בעט דיר בעט איך בזכות די הייליגע צדיקים וואס שוין נפטר געווארן, בזכות זייער מסירות נפש. "וְאַדִּירֵי כָּל חֶפְצִי בָם", אלע מיינע בקשות וואס איך בעט, איז בזכות זייער הייליגקייט.


איך בעט דיר דו זאלסט אויך מתפלל זיין פאר מיר.


א גוטן טאג.