מכתב יומי

כה אייר תשע"ט

May 30 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בחוקותי, כ"ה אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אלע ספיקות וואס דו האסט וכו' וכו' זענען מניעות אז דו זאלסט אפלאזן דעם רבי'ן; דער יצר הרע טוט אלעס אויף די וועלט אז מען זאל נישט מקורב ווערן צום רבי'ן, און מיט די וואס זענען מקורב צום רבי'ן טוט ער אלעס זיי אוועק צו נעמען פון רבי'ן.


קוק וואס דער רבי האט געזאגט פאר ר' ליפא וואס איז געווען אין אנהייב א מקורב צום רבי'ן, דער הייליגער רבי נתן און זיין חבר רבי נפתלי זענען מקורב געווארן דורך אים צום רבי'ן, ער האט זיי געברענגט צום רבי'ן דאס ערשטע מאל און שפעטער האט ער אויפגעהערט צו קומען, האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵיךְ מַשְׁלִיכִים חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", עס וואונדערט מיר ווי אזוי זאל א מענטש אפלאזן אזא באליבטע חבורה ווי מיר האבן; מאך זיך א חשבון, ווער ברענגט מיר צום אייבערשטן? ווער דערמאנט מיר ווען עס איז מיר זייער ענג אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט? ווער וועקט מיר אויף יעדן טאג איך זאל נעמען דעם דף גמרא? ווער עפנט מיר מיין מויל איך זאל זאגן א ווארט צום אייבערשטן? נאר דער רבי; דארף מען זיין זייער שטארק נישט אפצולאזן דעם רבי'ן.


ווען דו ביסט געווען יונג, דעמאלט ווען דו האסט נאך געפלאקערט און געברענט צום רבי'ן האט דיר קיינער נישט געקענט אפשטעלן פון רבי'ן; ווי מער מען האט דיר געשטערט און אונטערגעלייגט פיסלעך האט דיר דאס געברענגט מער חשק און ברען צו קומען צום רבי'ן, אבער יעצט ווען דו האסט שוין צעבראכן אלע מניעות פון אינדרויסן הייבט זיך אן די ריכטיגע מניעה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מו): "וְהַמְּנִיעָה הַגְּדוֹלָה שֶׁבְּכָל הַמְּנִיעוֹת - הִיא מְנִיעַת הַמֹּחַ", די גרעסטע מניעה איז דער מענטש אליינס, "דְּהַיְנוּ מַה שֶּׁמֹּחוֹ וְלִבּוֹ חֲלוּקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אוֹ מֵהַצַּדִּיק", ווען דער מענטש הייבט אן האבן קשיות אויפן אייבערשטן אדער אויפן צדיק, "זֹאת הַמְּנִיעָה מוֹנֵעַ אוֹתוֹ יוֹתֵר מִכָּל הַמְּנִיעוֹת", דאס איז דער גרעסטער צוריק האלט פאר'ן מענטש צו ווערן אן ערליכער איד; כל זמן דער מענטש ברענט צום אייבערשטן, מען האט א געפיל צום רבי'ן, מען וויל פאררעכטן אלע שלעכטע מעשים און מען זוכט א תיקון אז מען זאל נישט פארווארפן ווערן פון די וועלט און יענע וועלט – דאן וועט אים גארנישט קענען צוריק האלטן פון קומען צום רבי'ן, אבער אז דער מענטש אליינס לעשט זיך אויס, ער פארלירט זיין אמונה, ער הייבט אן טראכטן: "וואס דארף איך דעם רבי'ן וכו'?" דאס איז דער גרעסטער מניעה. ווען דער מענטש הייבט אן טראכטן: 'וואס דארף מען ברסלב וכו' וכו'?' עס שטערט אים שוין נישט פגמי הברית, עס שטערט אים שוין נישט קיין שלעכטע געדאנקען השם ירחם און עס טוט אים מער נישט וויי ווי אזוי ער זעט אויס - דאס איז א שווערע מניעה.


דער רבי לאזט קיינעם נישט הענגען און ער געבט אן עצה פאר די מניעה, דער רבי זאגט: "וַאֲזַי צָרִיךְ לִצְעֹק לְאָבִיו שֶׁבַּשָּׁמַיִם בְּקוֹל חָזָק מֵעִמְקֵי הַלֵּב", די עצה אויף דעם איז שרייען צום אייבערשטן פון טיפעניש פון הארץ: "הייליגער באשעפער וואס גייט פאר מיט מיר? אמאל פלעגט מיר וויי טון מיינע מעשים, אמאל האט מיר געבאדערט ווי אזוי איך זע אויס, איך פלעג האבן חיות פון קומען אין רבינ'ס שול, איך פלעג ווארטן אויף א שיעור התחזקות, איך פלעג לעבן מיט דעם, וואס גייט פאר מיט מיר? היינט איז מיר אלעס אויסגעלאשן; איך בין טויט, איך שפיר נישט די חיות פון רבי'ן, איך קוק אויף די פרישע מקורבים ווי עפעס פעלט זיי, עס שטעכט מיר צו הערן רעדן פון אמונה און פון תפילה", דאס איז די עצה ארויס צו נעמען די שלעכטס פון זיך אליינס.


דער רבי זאגט אז "קֻ'שְׁ'יָ'א" איז די ראשי תיבות: שְׁ'מַע יְ'יְָ ק'וֹלִי אֶ'קְרָא, "שֶׁצָּרִיךְ רַק לִקְרוֹת לַה', כְּשֶׁמִּתְגַּבֵּר עָלָיו הַקֻּשְׁיָא וְהַכְּפִירָה", מען דארף וויינען און שרייען צום אייבערשטן ווען מען זעט אז עס זענען זיך מתגבר די קשיות און כפירות.


ברודער, אמאל ווען האט מען דיר נישט געלאזט קומען אין היכל הקודש האסטו זיך ארויסגעכאפט מיט אלע סארט תירוצים און געקומען הערן דברי אלקים חיים, עצות וחיזוק צו קענען לעבן, ווידעראום היינט ווען קיינער שטערט דיר נישט קומסטו שוין נישט, אלעס איז דיר פלוצלינג גוט געווארן; זע איך אז דאס איז נאך שווערער פאר דיר.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר; איך טראכט פון דיר, איך בעט פאר דיר און איך געב נישט אויף אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.