מכתב יומי

כה אייר תשפ

May 19 2020

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


פון רעדן שיין דערלייגט מען נישט; מוהרא"ש זאגט נאך בשם צדיקים: "פאר א קיש קריגט מען נישט קיין פאטש", קיינער האט נאך נישט דערלייגט פון רעדן שיין, אז דו וועסט רעדן שיין וועסטו מרוויח זיין.


ווייסט וואס דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי שמואל אייזיק (חיי מוהר"ן, סימן תמא): "וועגן אביסל בלוט זאלסטו פארלירן די וועלט און יענע וועלט? קרעכץ עס אויס!" יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט שלעכטע מידות, ער מיינט אז אלעס קומט זיך אים און ער איז אייביג גערעכט; דאס קומט פון די הייסע בלוט וואס איז דא אינעם מענטש. אבער אז א מענטש האט שכל און ער פאלגט דעם רבי'ן וואס האט אונז געגעבן א מתנה "התבודדות", דאס הייסט אז א מענטש זאל אויסשמועסן זיין הארץ פאר'ן אייבערשטן, אים דערציילן אלעס וואס באדערט אים און אים בעטן אויף אלע שלעכטע מידות וכו', וואלט דער מענטש געהאט א חיים טובים. דאס האט דער רבי געזאגט: "שמואל אייזיק, וועגן אביסל בלוט זאלסטו פארלירן די וועלט און יענע וועלט? קרעכץ עס אויס".


טייערער ..., וועגן אביסל בלוט זאלסטו אלעס פארלירן? גיי אביסל התבודדות, כאפ א שפאציר און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, זאג אים: "רבונו של עולם, איך וויל זיין א גוטער מענטש, איך וויל זיך נישט קריגן מיט קיינעם, העלף מיר איך זאל ליב האבן יעדן איינעם".


איך האב פאר דיר א גוטע פלאץ וואו דו קענסט גיין מיט דיין ווייב אויף וואקאציע, עס קאסט נישט קיין סאך; אז דו ווילסט אביסל פארברענגען מיט איר פריוואט אין א איידעלע פלאץ זאלסטו אויסלעשן דיין טעלעפאן, דו קענסט בלייבן ביי דיר אין שטוב וועסטו קענען פארברענגען מיט איר זייער זיס און געשמאק.


אויב דו דארפסט טאקע האבן דיין טעלעפאן, וויל איך וויסן אויב דו דארפסט אויך טאקע קוקן סטעטו"ס, איך בין זייער נייגעריג צו הערן אויב דו דארפסט עס טאקע.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך ג' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


דער רבי האט אונז אוועק געשטעלט א וועג ווי אזוי מיר זאלן לעבן, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן; הער נישט צו צו די וואס לערנען פרישות און חומרות וכו' ווייל חומרות נעמט אוועק דעם מענטש פונעם אייבערשטן; מיר האבן א שלחן ערוך, נעם דיר דעם שלחן ערוך פאר דיין וועג ווייזער און ריר דיך נישט אוועק דערפון - נישט אראפ צו נעמען און נישט צוצולייגן, וועט דיר אייביג גוט זיין.


הער נישט אויס קיינעם; רעדן צווישן אינגעלייט פון שטוב איז נישט איידל, קיינער זאל דיר נישט אנטיילן וכו'. רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה, ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכה אין הנהגות אין שטוב וכו' פלעגט זאגן פאר די אינגעלייט: "קינדערלעך, היט אייך פון כריתות".


מארגן וועט מען טיילן עסן פאר די עלטערן פון די מוסד, מען וועט טיילן לכבוד שבועות פיינע מילכיגס; זאג פאר דיין ווייב זי זאל קומען נעמען צייטלעך, אום ניין אזייגער; שפעטער וועט אויך זיין, אבער נישט קיין פרישע.


איך בין זייער נייגעריג אויב דו דארפסט טאקע האבן דיין טעלעפאן, דיין באנק, דיין פאסט באקס און דיינע אלע דאגות מיט דיר א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט... אויך וויל איך וויסן אויב דו דארפסט טאקע האבן דיין טעלעפאן בייטאג און ביינאכט, ממש דו קענסט נישט אן דעם, און אויב דו דארפסט אויך האבן מיט דיר דיין חבר'ס דאגות און דיין חבר'ס פראלעמען מיט דיר א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט.