מכתב יומי
כו אלול תשע"ז
September 17 2017
‹ ›בעזהשי"ת
יום א' פרשת האזינו, כ"ו אלול, שנת תשע"ז לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר פארן שוין היינט צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן צו זיין דארט ראש השנה. עס איז נישט דא קיין צייט היינט פאר קיין לאנגע בריוו ווייל איך דארף אהיים גיין פאקן מיינע פעקלעך.
ברוך השם אז איך פאר מיט מיינע קינדער. איך בין זיך נוהג צו נעמען מיינע קינדער יעדעס יאר ראש השנה, וואס דאס האט דער רבי האט געוואלט, אזוי ווי עס איז באוואוסט די מעשה אז ווען ר' יודל פון דאשוב זכותו יגן עלינו, איינער פון די גרויסע תלמידים פון רבי'ן איז געקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה - אזוי ווי דער רבי האט געהייסן, האט זיין זון אויך זייער שטארק געוואלט מיט קומען, אבער ר' יודל האט געהאט גוטע תירוצים פארוואס ער זאל אים נישט מיט נעמען, ער איז נאך צו יונג - האט דער טאטע ר' יודל גע'טענה'ט, און עס איז זייער שווער די וועג וכו', און ער האט נישט קיין געלט. ווען ער איז אריין געקומען צום רבי'ן געבן שלום - דער רבי האט דאך אלעס געזען און אלעס געוואוסט – רופט זיך אן דער רבי צו אים: "איך בין א וואונדער, דער טאטע קומט צו מיר, גלייבט ער דאך אין מיר, און דער זון גלייבט אויך אין מיר, און פון דעסטוועגן האלט דער טאטע אפ דעם זון פון קומען צו מיר"; זעט מען אז דער רבי האט געוואלט מען זאל קומען צו אים מיט די קינדער. אזוי אויך האט דער רבי צוגעזאגט א מורא'דיגע הבטחה פאר א קינד וואס קומט צו אים (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): "אֲנִי בָּטוּחַ בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, שֶׁכָּל תִּינוֹק שֶׁיָּבוֹא לְפָנַי קוֹדֶם שֶׁיַּגִּיעַ לְבֶּן שֶׁבַע שָׁנִים, בְּוַדַּאי יִהְיֶה נָקִי מִן הַחֵטְא עַד יוֹם חֲתֻנָּתוֹ", איך זאג צו, אז א יעדע קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר, וועט גיין צו זיין חתונה מיט א ריינע העמד; ממילא, פון פאר די זיבן יאר נעם איך מיינע קינדער יעדעס יאר קיין אומאן.
אנדערע קוקן אויף געלט וכו'; אבער עס איז נישט ריכטיג, ווייל מען דארף מחנך זיין קינדער, בפרט אויף אזא הייליגע זאך ווי קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן", און ר' נתן זאגט (שם): וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא, דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס פארשטייט יעדן איד, און ווער עס פאלגט זיינע עצות קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסע צדיק און א גרויסע בעל מדריגה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן - אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן, און ער וועט טון אלעס וואס איך הייס, וועט זיכער ווערן א גרויסע צדיק, זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.
מיר דארפן זיך היינט אפשערן פאר מיר פארן, ווייל און אומאן איז נישט וואו זיך צו שערן; אין שלחן ערוך שטייט (אורח חיים סימן תקפ"א, סעיף ה): "וּמִסְתַּפְּרִין בְּעֶרֶב רֹאשׁ הַשָׁנָה", מען שערט זיך אפ ערב ראש השנה; דער טעם איז, כדי צו ווייזן אז מיר זענען פארזיכערט אז מיר וועלן באקומען א גוט געבענטשט יאר. אבער וויבאלד מיר זענען ערב ראש השנה אין אומאן, און דארט איז נישט שייך זיך צו שערן, זאלסטו זיך שוין אפשערן לכבוד יום טוב נאך פאר מיר פארן ארויס.
נעם דיר מיט א קליינע משניות'ל מיט א תהילים'ל, אז דו זאלסט האבן וואס צו לערנען אויפן וועג און זאלסט זיך נישט מטמא זיין די אויגן; מוהרא"ש האט פארציילט אז עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד ר' שמואל טשעטשיק זכרונו לברכה, האט ער געזאגט: "מיר זענען טאקע געווען אין אומאן און געזאגט דעם 'תיקון הכללי', אבער נאכן זיין אין קיעוו אין ערפארט, דארף מען שוין צוריק פארן צום רבינ'ס ציון נאכאמאל זאגן די 'תיקון הכללי', פון די שמוציגע ערפארט וואו מען איז זיך מטמא די אויגן"; בפרט אין קיעוו וואס די אוקריינישע גוים זענען די נידעריגסטע וואס עס איז נאר דא. נעם א משניות און זאג א פרק און נאך א פרק - דאס וועט דיר אויסוואשן דיין נשמה, אנשטאט קוקן מאוויס וואס ברענט אויס דעם מח. טראכט אריין: 'געוואלד און געשריגן, וואו פארן מיר יעצט? מיר פארן דאך צום רבי'ן ער זאל אונז מתקן זיין, ער זאל אונז ארויס נעמען פון די הענט פונעם יצר הרע וואו מיר זענען נעבעך אריין געפאלן'. דערפאר פאק דיר איין אפאר ספרים אויפן וועג, און דאס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכט.
דאס יאר וועלן מיר דאווענען תפילת שחרית און מוסף ביידע טעג אין גרויסן בית המדרש היכל הקודש (מעגאמעטער), און אלע אנדערע תפילות - מנחה מעריב און אלע דריי תפילות שבת, וועלן מיר דאווענען אינעם בית המדרש נעבן דעם חצר וואו מיר עסן. איך האף מיטן אייבערשטנ'ס הילף אז קומענדיגע יאר וועלן מיר שוין האבן אונזער אייגענעם בנין, דעמאלט וועלן מיר דאווענען אלע תפילות אינעם נייעם בית המדרש.
איך האף זיך צו זען מיט דיר אין אומאן; זע זיך צו האלטן מיט תלמידי היכל הקודש, וואס זיי פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות. אנגעפאנגען מיט הפצה און ווער רעדט נאך פון סדר דרך הלימוד וכו' וכו'.
מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיך נישט לאזן נארן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, איר זאלט אייך נישט לאזן נארן, די וועלט נארט אייך; מאך דיר א חשבון, ווער איז דיר מחזק דו זאלסט יעדן טאג עפענען א גמרא? ווער איז דיר מחזק דו זאלסט האבן סבלנות אין שטוב, ווער שטארקט דיר דו זאלסט ווייטער גיין אין שול דאווענען? נאר אויף אזא פלאץ זאלסטו זיך דרייען, אפילו עס איז נישט אזוי דערהויבן, און עס איז נישט אזוי עובד'יש וכו' וכו'.
דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ריד): "עֶרֶב רֹאשׁ הַשָׁנָה רָאוּי לִיתֵּן עַל פִּדְיוֹן", ערב ראש השנה זאל מען מאכן א פדיון נפש; איך בעט דיר דו זאלסט זיך נישט זוכן קיין פרישע צדקה'ס וואו צו געבן פדיון נפש, נאר זאלסט מיר איבערגעבען די געלט פאר א 'פדיון נפש'. געלויבט דער אייבערשטן אז די ישיבה שטייט שוין ניין יאר, און יעצט גייען מיר אריין אינעם צענטן יאר, איך נעם נישט קיין געלט פון די ישיבה, איך דארף נישט קיין געלט פאר מיר, מיין גאנצע כוונה איז נאר צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס לימודים און עצות פאר נאך א איד. אז איך בין געוואויר געווארן אז מען קען לעבן א שיין לעבן דא אויף דער וועלט, וועל איך עס אויסזאגן פאר נאך א איד. דערפאר בעט איך דיר זייער מיין טייערע ליבער חבר, העלף מיר פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ליכטיקייט אויף די גאנצע וועלט, וועסטו זוכה זיין צו אלע ברכות און אלע ישועות.
א גרינגע רייזע, און א גוט געבענטשט יאר.