מכתב יומי

כו אלול תשע"ח

September 06 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נצבים פה אומאן יצ"ו, כ"ו אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אז מיר האבן שוין צעבראכן אלע מניעות און מיר זענען שוין אין אומאן, דארפן מיר זיך שטארקן אז מיר זאלן נישט אויסקוקן ווי דער מלך וואס האט איינגענומען שווערע מלחמות און ביים סוף האט ער אויפגעגעבן ווען ער האט געזען דעם שפינען וועבאכטס אויפן טיר פונעם פאלאץ.


ווען א מענטש איז זוכה און ער ברעכט דורך אלע מניעות, ער קוקט נישט אויף קיינעם, ער הערט דעם קול פונעם רבי'ן וואס זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן"; ער קומט דורך אלע שווערע מלחמות, דארף מען זען אויס צו נוצן די צייט אין אומאן, נישט ארום גיין אין די גאסן פון אומאן זוכן מציאות וכו', נאר גיין צום הייליגן רבינ'ס ציון פועל'ן ישועות סיי פאר זיך און אויך פאר גאנץ כלל ישראל.


אסאך מאל פאסירט אז ווען מען קומט אן קיין אומאן פארלעשן זיך אלע געפילן וכו' און מען וואונדערט זיך פארוואס פאר מען איז געפארן האט מען געהאט אזא שטארקע ווילן צו קומען, מען האט געברענט צו קומען קיין אומאן, דעמאלט פארוואס ווען מען איז שוין אנגעקומען הייבן זיך צו דרייען אין קאפ כל מיני מחשבות: "פארוואס בין איך געקומען?!" "וואס טו איך דא אין אומאן?!" זאגט דער הייליגער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): "לִפְעָמִים בָּא לָאָדָם הִרְהוּר תְּשׁוּבָה, וְנַעֲשֶׂה בְּאוֹתוֹ שָׁעָה אִישׁ כָּשֵׁר, וְאַחַר כָּךְ רוֹצֶה לַעֲשׂוֹת עֻבְדָּא, בַּאֲשֶׁר שֶׁנִּתְעוֹרֵר לִבּוֹ לִתְשׁוּבָה, בְּכֵן רוֹצֶה לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק", ווען א מענטש ווערט נתעורר תשובה צו טון, ער וויל עפעס טון צו זיין גוט, ער וויל זיין אן ערליכער איד און ער מאכט אפ צו פארן צו א צדיק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁנּוֹסֵעַ, מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִילָה", נאכדעם ווען ער איז שוין אויפן וועג איז זיך דער יצר הרע אויף אים מתגבר און ער הייבט אן פארלירן זיין געפיל צו פארן, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁבָּא לְהַצַּדִּיק, מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר, וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", נאכדעם ווען ער קומט אן צום צדיק איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים און ער פארלירט זיין גאנצע געפיל, זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי: "אַל יִקְשֶׁה בְּעֵינֶיךָ זאֹת, וְאַל יְבַהֲלוּךָ רַעְיוֹנֶיךָ עַל זֶה", זאלסט נישט ווערן צעמישט פארוואס דאס פאסירט, ווייל די סיבה צו דעם איז אז ווי מער דער מענטש איז זיך מתגבר אויף זיין יצר הרע אלץ מער איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.): כָּל הַגָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנּוּ", ווי גרעסער דער מענטש איז אלץ א גרעסערע יצר הרע האט ער.


לאז אפ אלע שמועס'לעך און אלע חבר'לעך, יעצט גיי צום ציון און וויין זיך אויס צום אייבערשטן ער זאל דיר ארויס נעמען פון דיין פלאנטער, און בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן פרנסה בריווח און הצלחה אין אלע דיינע ענינים.


איך בעט דיר א קליינע טובה; בעט פאר מיר ביים רבינ'ס ציון: "יואל בן ריצא רעכיל", איך זאל האבן הצלחה מיט אלעס וואס איך טו. איך זאל קענען אויספירן אלע רצונות וואס מוהרא"ש האט געוואלט, אריין ברענגען אין די וועלט די לימודי היכל הקודש לעובדא ולמעשה.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.