מכתב יומי

כה אלול תשפ

September 14 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת האזינו א', כ"ה אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


מיט ניסי ניסים זענען מיר יעצט אריבער דעם גרעניץ פון וויען און איך זיץ יעצט אויפ'ן פליגער קיין אדעסא; מיר האבן זיך געדארפט אביסל פארשטעלן, אזוי ווי עס שטייט (איוב יד, כ): "מְשַׁנֶּה פָנָיו וַתְּשַׁלְּחֵהוּ"; יעצט דארף מען ווייטער גרויסע ניסים מען זאל אונז אריין לאזן קיין אוקריינע.


איך בין מתפלל אז אלע אנשי שלומינו זאלן זוכה זיין צו קומען קיין אומאן, אלע זאלן קענען דורכברעכן די גרויסע מניעות וואס איז דא - בפרט היי יאר אנצוקומען צום רבי'ן.


מיינע קינדער זענען ביז דערווייל געבליבן אין אמעריקע; איך בעט אייך, ווער עס טרעפט א וועג צו קומען און קען זיך אונטערנעמען מיט צו נעמען איינע פון מיינע קינדער, וועל איך אים מכיר טוב זיין. די שפעזן וועל איך באצאלן.


א כתיבה וחתימה טובה.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת האזינו א', כ"ה אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד אנשי שלומינו שיחיו.


מען קען נישט קוקן אויף קיין שום זאך, מען דארף טון וואס מען קען נאר צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה.


ראש השנה איז מען דן יעדן איינעם, דער אייבערשטער משפט די גאנצע וועלט; דארפן מיר זוכן דעם גרעסטן לויער (עורך דין) וואס וועט פאר אונז בעטן מיר זאלן זוכה זיין בדין.


דער רבי איז דער גרעסטער לויער, ער האט געזאגט מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה; דארפן מיר קומען אפילו עס קאסט אסאך געלט און אפילו עס איז א שווערע נסיעה.


טייערע אנשי שלומינו, קוקט נישט אויף געלט; אויף דעם מעג מען בארגן. מוהרא"ש זאגט אז פאר די נסיעה צום רבי'ן מעג מען בארגן; זאלט איר טון וואס איר קענט אנצוקומען צום רבי'ן קיין אומאן.


איך בין יעצט אויפ'ן וועג קיין אדעסא, איך דארף נאך גרויסע ניסים אנצוקומען; בעט פאר מיר, יואל בן ריצא רעכל.


א כתיבה וחתימה טובה.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת האזינו א', כ"ה אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


חסדי ה' מיר זענען אריבער די גרעניץ! מה אשיב לה' כל תגמלוהי עלי אז מיר פארן יעצט קיין אומאן.


מיר פרובירן יעצט צו שאפן וועגן פאר אלע אנשי שלומינו; תפילה איז די איינציגסטע עצה ווי אזוי מען קען אנקומען צום הייליגן רבי'ן.


שיק שוין א בילד פון דיין פאספארט פאר ... ער זאל דיר שאפן א וועג.