מכתב יומי

כה אלול תשפ"ב

September 21 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך מיר פארן צום רבי'ן, מיר זענען יעצט אויפ'ן וועג צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן; די נסיעה לייכט און שיינט אין אלע וועלטן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצא): "איך וואונטש מיר איך זאל זוכה זיין צו זען דאס ליכטיגקייט פון די וועגן וואס איר פארט אויף זיי צו מיר"; יעדע טריט, יעדע ריר ווערט באשאפן מלאכים. דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים רבי יודל און רבי שמואל אייזיק, ווען זיי פלעגן פארן פון דאשוב קיין מעדוועדיווקע (שם): "מיט יעדע טריט וואס איר קומט צו מיר - ווערט באשאפן א מלאך".


זינג און טאנץ אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן; זינג און טאנץ אז מיר האבן א רבי וואס גייט פאר אונז, א רבי וואס זארגט פאר אונז. דער רבי האט געזאגט א נאכט פאר זיין הסתלקות: "מה לכם לדאוג", וואס האט איר זיך צו זארגן, "מאחר שאני הולך לפניכם", נאכדעם וואס איך גיי פאר ענק; דער רבי גייט פאר אונז, דער רבי מאכט שיינע זאכן מיט אונז, כמו שאמר (חיי מוהר"ן, סימן רצג): "איר דארפט נאר צו טראגן שטיינער און וואפנע, און איך באווע דערפון בנינים".


איך וועל דיר נאך שרייבן ווען מיר וועלן אנקומען על המנוחה ועל הנחלה אין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה.