מכתב יומי

כו חשון תשע"ט

November 04 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


האלט א פושקע ביי דיר אין שטוב, ארבעט און אין קאר. ווען דו דארפסט א ישועה לייג אריין א פרוטה אין די צדקה פושקע און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן; דער רבי זאגט (ספר המדות, אות המתקת הדין, סימן פ): "הַצְּדָקָה מַמְתִּיק הַדִּין", אז מען געבט צדקה נעמט מען אוועק פון זיך אלע דינים.


די קליינע פרוטות וואס מען לייגט אין פושקע איז זייער חשוב אויבן אין הימל, עס קלייבט זיך אן א פרוטה אויף א פרוטה ביז עס ווערט א גרויסע פאנצער, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא ט:): אויפן פסוק (ישעיהו נט, יז): "וַיִּלְבַּשׁ צְדָקָה כַּשִּׁרְיָן", פון די צדקה וואס מען געבט ווערט א פאנצער; ווער עס ווייסט ווי אזוי א פאנצער זעט אויס, דאס איז צוזאמגעשטעלט פון אסאך שטיקלעך אייזן און דאס מאכט אז די פייל זאל נישט אריין גיין אינעם מענטש נאר עס זאל זיך אראפגעליטשן, אזוי איז  אויך צדקה, די אלע פרוטות וואס מען געבט נעמען זיך צוזאמען און עס ווערט א גרויסער פאנצער צו באשיצן דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


איך בעט דיר זייער בארעד נישט קיינעם; אז איינער האט דיר בא'עול'ט דארפסט דאס נישט דערציילן פאר אנדערע, אז איינער איז דיר שולדיג געלט זאלסטו אים נישט מבזה זיין פאר אנדערע. מען דארף זייער אכטונג געבן אויף א צווייטנ'ס געפילן, מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב א איד איז ביים אייבערשטן, בפרט א צעבראכענע הארץ; אויב טוט מען וויי א צעבראכענע הארץ און דער צעבראכענע הארץ געבט א געשריי צום אייבערשטען הערט דער אייבערשטער צו זיין געשריי.


געב אכטונג נישט צו בארעדן א צווייטן; מען האט גארנישט פון רעדן אויף אנדערע. ענדערש רעד צום אייבערשטן, פארצייל פארן אייבערשטן אז מענטשן זענען דיר שולדיג געלט און זיי מאכן זיך נישט וויסנדיג, בעט אים ער זאל דיר העלפן.


איידער איך בין מקורב געווארן צו מוהרא"ש און איך האב נאך נישט געוויסט אז מען דארף אכטונג געבן נישט צו געטרויען מענטשן, האב איך אוועק געבארגט פאר מענטשן צענדליגער טויזנטער דאללער, און פארשטייט זיך אליינס וויפיל מענטשן באצאלן... רוב זענען געבליבן שולדיג און זיך ניטאמאל וויסנדיג געמאכט. ווען איך בין מקורב געווארן צו מוהרא"ש און געהערט די עצה פון התבודדות האב איך געבעטן דעם אייבערשן אז די בעלי חובות זאלן מיר באצאלן און וואונדער איבער וואונדער, כמעט אלע האבן שוין באצאלט. דאס זאלסטו אויך טון, בעט דעם אייבערשטן אז די אלע וואס זענען דיר שולדיג זאלן האבן שפע און ארויס גיין פון זייערע חובות.


בארגן געלט איז א מצוה, אבער אויב מען בארעדט יענעם און מען פארציילט פאר אלעמען ווער און וואס יענער איז, איז יצא שכרו בהפסדו.


איך וויל זייער שטארק אז אלע תלמידי היכל הקודש זאלן זיך ליב האבן; איך האב ליב יעדן תלמיד און איך וויל אז איר זאלט זיך אויך ליב האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.