מכתב יומי

כה טבת תשע"ח

January 12 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע צו העלפן אנגרייטן אלעס וואס מען דארף לכבוד שבת; פרייטאג צופרי דארף מען שוין אנגרייטן דעם שבת טיש מיט די ליכט, און אויפרוימען דעם שטוב.


עס איז זייער א גרויסע זאך אליינס אנצוגרייטן לכבוד שבת, אזוי ווי מיר געפונען אין חז"ל (שבת קיט.) אז די הייליגע תנאים און אמוראים האבן אליינס געטון די הכנות לכבוד שבת; רַב סַפְרָא מְחָרֵיך רֵישָׁא, רב ספרא האט אפגעברענט דעם קאפ פון א בהמה לכבוד שבת; רָבָא מָלַח שִׁיבּוּטָא, רבא האט אליינס געזאלצן די פיש; רַב הוּנָא מַדְלִיק שְׁרָגֵי, רב הונא האט אנגעגרייט די ליכט; רַב פָּפָּא גָּדִיל פְּתִילְתָּא, רב פפא האט געמאכט די קנויטן; רַב חִסְדָּא פָּרִים סִילְקָא, רב חסדא האט געשניטן די גרינצייג; רַבָּה וְרַב יוֹסֵף מְצַלְּחִי צִיבֵּי, רבה און רב יוסף האבן געהאקט האלץ; רַבִּי זֵירָא מְצַתֵּת צַתּוּתֵי, רבי זירא האט אנגעצינדן די פייער מיט קליינע שטיקלעך האלץ; רַב נַחְמָן בַּר יִצְחָק מְכַתֵּף וְעָיִיל מְכַתֵּף וְנָפִיק, רב נחמן בר יצחק האט אליינס אריין געברענגט אלע קליידער און כלים, אזוי ווי  מען גרייט זיך אן מקבל צו זיין א חשוב'ע גאסט; זעט מען פון דעם אז די גרויסע צדיקים האבן אליינס געארבעט אנצוגרייטן לכבוד שבת, זיי האבן זיך נישט געשעמט וכו', זיי האבן נישט געזאגט אז עס פאסט נישט, נאר אדרבה, זיי האבן עס געטון מיט די גרעסטע מאס שמחה, דארפן מיר זיך זיכער מוסר נפש זיין צו העלפן די ווייב אנגרייטן דעם שבת קודש.


גרייט זיך אן צו פארציילן שיינע מעשיות וואס צו דערציילן ביים שבת טיש; היינט איז דא א שפע פון מעשה ביכלעך פון אגדות חז"ל און פון צדיקים וואו דו קענסט טרעפן זייער שיינע מעשיות צו דערציילן. קינדער האבן זייער ליב צו הערן מעשיות פון צדיקים, זיי דארפן נישט קיין תורות, זיי דארפן מעשיות; אויב מען וויל האבן א שיינע שבת טיש, דארף מען זיך אנגרייטן שיינע מעשיות פון צדיקים, דאס וועט האלטן די קינדער רואיג און געלאסן.


דער רבי האט פארציילט אז האט ער זוכה געווען אנצוהייבן דינען דעם אייבערשטן דורך דעם וואס ער האט געהערט מעשיות פון צדיקים ווען ער איז געווען א יונגער אינגל, דאס האט אים אויפגעפלאקערט זיין הארץ.


וויסן זאלסטו אז קינדער ווארטן א גאנצע וואך אויף די שבת'דיגע סעודות; א גאנצע וואך קומט נישט אויס פאר רוב עלטערן צו פארברענגען מיט די קינדער, זייער אסאך מאל זעהן די עלטערן נישט זייערע קינדער דורכאויס די וואך, מען קומט אהיים ווען די קינדער שלאפן שוין, און מען גייט פארטאגס צו דער ארבעט ווען די קינדער שלאפן נאך; די קינדער ווארטן א גאנצע וואך אויף שבת, צו זיצן ארום דעם טיש מיט די עלטערן, דאס ווערט ביי זיי איינגעקריצט אין זייער מח, און דאס בלייבט זיי שטענדיג אין זכרון.


מען דארף זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז שבת זאל מען זיין פרייליך, מען זאל זיין אין א גוטע גיסטע, ווייל אלעס ווענדט זיך אין דער טאטע; ווען דער טאטע איז פרייליך און גוט מוטיג זענען אלע קינדער פרייליך און רואיג, אזוי אויך פארקערט, ווען די קינדער זעהן ווי דער טאטע שרייט, דער טאטע בייזערט זיך, ווער רעדט נאך אז ער שרייט אויף די מאמע און ווארפט א פחד אין שטוב, ווערן די קינדער דערשראקן און איינגעצוימט, זייער מח קען זיך נישט עפענען אזוי ווי עס דארף צו זיין, און זיי אנטוויקלען זיך נישט געהעריג, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", קינדער וואקסן אויף שוטים ווען זיי האבן א טאטע א כעסן; ווייל אז דער טאטע בייזערט זיך אויף זיי, קענען זיי נישט אויפוואקסן, און פון פחד גייט מען אריין אין א קטנות הדעת השם ירחם.


א פרייליכן שבת.