מכתב יומי

כה טבת תשע"ט

January 02 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פונעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט נאכט איז דא א שיעור פאר די פרויען; זאלסט בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען זיך אביסל מחזק זיין און שעפן פרישע לופט.


מיין מאמע תחי' זאגט מיר שטענדיג: "אויב דו זוכסט ביי וועם זיך מזכיר צו זיין פאר א ישועה, זאלסטו זיך מזכיר זיין ביי די יונגע פרויען וואס צערייסן זיך און געבן אלעס אוועק פארן אייבערשטן; זייער גאנצע לעבן זענען זיי מפקיר פארן אייבערשטן, זיי ברענגען קינדער און זענען זיי מגדל מיט מסירות נפש, צו דעם אלעם שלעפן זיי די גאנצע שטוב, און נאכדעם באקומען זיי ניטאמאל קיין יישר כח פון די מענער".


איך בעט דיר זאלסט נישט שאפן אין שטוב, און זיך נישט פירן ווי א דיקטאטור אז דיין ווייב זאל נישט מורא האבן פון דיר; עס איז נישט קיין פראבלעם אז מען האלט אנדערש איינער פונעם צווייטן, מיט אלע פראבלעמען קען מען זיך אן עצה געבן - חוץ אז דער מאן ווארפט א פחד און א שרעק אויף זיין ווייב, ער בינדט איר די הענט זי זאל נישט רעדן, טון און טראכטן אנדערש ווי אים - דאס איז גאר ביטער, און אויף דעם צאלט מען נאכדעם זייער א טייערע פרייז.


געב אכטונג אויף דיין ווייב זי זאל נישט מורא האבן פון דיר; אח און וויי אויב די ווייב דארף זיך באהאלטן פון איר מאן און רעדן צו שכנים און משפחה אנטקעגן אים, און באקומען חבר'טעס וואס וועלן איר צו רעדן צו אנטלויפן רחמנא לצלן. די אלע מעשיות וואס מען הערט ווי פרויען לאזן אלעס אפ, דאס קומט פון ווערן אויסגענוצט אין שטוב אדער לעבן יארן אין א פחד השם ישמרינו.


איך בעט דיר זייער זאלסט עוסק זיין אין הפצה; יעצט האט מען איבער געדרוקט דעם קונטרס: "צושנייד מיר נישט", די הספד וואס מוהרא"ש האט געגעבן ווען מען האט צעשניטן דעם אומשולדיג קינד לייבי הי"ד, דעמאלט האט מוהרא"ש געזאגט אז דאס איז נישט קיין איינמאליגע פאסירונג, נאר דאס פאסירט טאג טעגליך, דאס ווייזט מען אונז מיט אזא שוידערליכע טראגעדיע, אז מען צעשניידט נעבעך קינדער אין חדרים און אין סקול'ס.


איך בין נישט געווען דעמאלט ביים שיעור, איך האב דאס נאר מיט געהאלטן אויפן טעלעפאן; מוהרא"ש האט מיר נאכדעם געזאגט: "א שאד דו ביסט נישט אריין געקומען צום שיעור", און מיר געבעטן מען זאל דאס אפדרוקן און פארשפרייטן אז עס זאל אנקומען צו אלע מוסדות און מען זאל ארויסנעמען דערפון ווי ווייט מען דארף אכטונג געבן אויף קינדער, זיי נישט שלאגן און נישט מבזה זיין, נאר זיי מחנך זיין מיט סבלנות.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן מוסדות וואו מען לערנט מיט די קינדער אזוי ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געלערנט; די מלמדים און טיטשערס געבן זייער אכטונג נישט צו צעקלאפן קיין איין קינד. אפילו ווען א קינד טוט אן עוולה חס ושלום, געבט מען אויך אכטונג אים נישט משפיל צו זיין; מען טוט קנס'נען א קינד אויב ער האט זיך נישט אויפגעפירט אזוי ווי עס דארף צו זיין וכו', אבער מען איז נישט משפיל קיין קינדער און מען פארשעמט נישט קיין קינדער, ווער רעדט נאך פון שלאגן - דאס איז ברוך השם בבל יראה ובבל ימצא ביי אונז אין תלמוד תורה און אין מיידל סקול.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן שוין די חדר כמעט צען יאר און די מיידל סקול אכט יאר; עס איז מיר נישט גרינג צו פירן דעם מוסד, יעדן טאג איז א נס אז עס גייט ווייטער אן. די מלמדים און טיטשערס ארבעטן ביטער שווער מיט די קינדער, עס איז נישט אזוי פשוט זיך צו האלטן רואיג ווען קינדער טאנצן, שפרינגען און פירן זיך ווי קינדער; דארפן מיר האבן הכרת הטוב און מזכה זיין אידישע קינדער אז די מלמדים און טיטשערס פון אלע אנדערע מוסדות זאלן וויסן וואס פאר א אחריות עס איז צו זיין מיט קינדער און זיי מחנך זיין אויפן ריכטיגן וועג.


דעריבער בעט איך דיר זייער, קום אריבער אין 'בית הדפוס' און נעם דעם קונטרס "צעשנייד מיר נישט"; אויך האט מען דאס איבער געשריבן אויף לשון הקודש: "אל תחתוך אותי". נעם דאס און זיי דאס מפיץ פאר אידישע קינדער, דאס איז נישט נאר פאר מלמדים און טיטשערס, דאס איז פאר יעדע טאטע און מאמע, זיי זאלן וויסן ווי אזוי צו אויפציען קינדער, אז מען קען נישט נוצן קיין הענט און דעם שארפן צינג.


איך וויס נישט צי דו האסט שוין געליינט דעם קונטרס, אבער ווען איך ליין דעם קונטרס וויין איך; איך האב שוין געהערט אסאך מאל די דרשה, און געליינט דעם קונטרס אסאך מאל, מיט דעם אלעם, יעדעס מאל איך ליין דאס קומט מיר צו וויינען ליינענדיג די מעשיות וואס מוהרא"ש דערציילט פון קינדער וואס זענען ארויס לתרבות רעה נאר ווייל מען האט זיי פארשעמט.


א גוטן טאג.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דו האסט דאך שוין געקוקט אזויפיל שמוץ, וואס האסטו פון קוקן נאך און נאך? עס רינט דיר נאכנישט ארויס פון די נאז?!


עס האט דאך נישט קיין שום שכל וואס דו טוסט; עס איז אריין אין דיר א רוח שטות און דאס ברענגט דיר צו זוכן און נישטערן עקלדיגע זאכן.


איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, נעם א תהילים אדער א משניות אין די צייט וואס דו ווייקסט זיך מיט קוקן זאכן וואס א איד טאר נישט קוקן; די פרקים משניות וועט דיר אפוואשן און די קאפיטלעך תהילים וועט דיר ברענגען נאנט צום אייבערשטן.


נעם אן די פאר ווערטער וואס איך שרייב דיר פון מיין הארץ.


א גוטע נאכט.