מכתב יומי

כה טבת תשפ"ו

January 14 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ניץ נישט די נייע טעכנעלאגיע פון עי איי, עס איז סכנת נפשות. פרעג נישט דיינע שאלות פון עי איי, איך ציטער וואס וועט זיין די ענדע, מען קען אראפפאלן אין מינות וכפירה רחמנא לצלן, מען קען אלעס פארלירן.


איינער זאגט מיר ער האט נישט קיין אנדערער וואס זאל אים ענטפערן זיינע ספיקות און שאלות, דער ראש ישיבה ענטפערט נישט, פרעגט ער עי איי; איך האב אים געזאגט ער זאל זיך אכטונג געבן און וויסן אז דאס איז פאר א ווערטל אויך נישט גוט, "כִּי רַבִּים חֲלָלִים הִפִּילָה, וַעֲצֻמִים כָּל הֲרֻגֶיהָ" (משלי ז, כו), ווייל אסאך זענען צוליב איר צעשלאגן געווארן און אסאך האט זי גע'הרג'עט.


אז דו וועסט זיך צו הערן צו די שיעורים און דו וועסט לערנען די וועכנטליכע ספר עצתו אמונה - וועסטו זיך קענען אן עצה געבן מיט דיר אליין, מיט דיין ווייב, מיט דיינע קינדער; וועסט האבן אזויפיל חיזוק אויף לערנען און דאווענען און שלום בית, און פארשטייט זיך אז דו וועסט פאלגן וואס מען רעדט ביי די שיעורים; דו וועסט זיך מאכן שיעורים אין לערנען מקרא, משנה, גמרא, הלכה, מדרש, וספרי רבינו, און דו וועסט גיין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און אהיים גיין צו דיין ווייב, רעדן שיין און איר העלפן מיט די קינדער - וועסטו זיך גאר שיין אן עצה געבן אין לעבן.


איך בעט דיר טייערער ברודער, הארציגער חבר, ניץ נישט די שעדליכע עפפ, פרעג נישט דיינע שאלות אפילו פאר זיך אונטערהאלטן, "כִּי נֹפֶת תִּטֹּפְנָה שִׂפְתֵי זָרָה" ווייל עס זעט אויס זיס די ווערטער פון אפיקורסות, עס ציט זייער שטארק, "וְחָלָק מִשֶּׁמֶן חִכָּהּ", עס איז אזוי געשמאק ווי גלאטע אויל, "וְאַחֲרִיתָהּ מָרָה כַלַּעֲנָה" אבער איר סוף איז זייער ביטער (שם ה, ג-ד); אזוי אויך זאלסטו נישט אהיים ברענגען דיין טעלעפאן, און אויך נישט אהיים ברענגען קיין שום כלי וואס מען קען קוקן אין דעם נייעס, קליפס, וכדומה; האלט דיין שטוב ריין.


אויך אין ארבעט, אין אפיס - זאלסטו זיך אכטונג געבן צו האבן א פילטער אויף אלעס וואס דו ניצט, ריר נישט אן קיין כלי אן קיין פילטער, דאס איז די בעסטע תיקון שובבי"ם, זיך מקבל זיין צו האבן ריינע אויגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.