מכתב יומי

כה כסלו תשע"ח

December 13 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן; דער רבי לערנט אונז אויס אז מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן, מיר זאלן דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס מיר האבן.


דער רבי גרייט אונז אן אז מיר זאלן לעבן דא אויף דער וועלט אזוי ווי מען לעבט אין גן עדן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב): "וואס איז עולם הבא? ווען א מענטש דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן"; ווי מער א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן איז דער מענטש נענטער צום אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ט, ז): "לֶעָתִיד לָבוֹא כָּל הַקָּרְבָּנוֹת בְּטֵלִין, וְקָרְבַּן תּוֹדָה אֵינוֹ בָּטֵל; כָּל הַתְּפִלּוֹת בְּטֵלוֹת, הַהוֹדָאָה אֵינָהּ בְּטֵלָה", לעתיד לבוא וועלן אלע קרבנות בטל ווערן, חוץ קרבן תודה וועט איבערבלייבן. קומט אויס - זאגט דער רבי - אז לעתיד לבוא וועט אלעס בטל ווערן, נאר איין זאך וועט זיין, תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אזוי ווי מיר זאגן (בנוסח על הניסים): "וְקָבְעוּ שְׁמוֹנַת יְמֵי חֲנוּכָּה, לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל לִשְׁמוֹ הַגָּדוֹל", די הייליגע חכמים האבן קובע געווען די טעג פון חנוכה צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע ניסים וואס ער האט געטון מיט אונז, און וואס ער טוט שטענדיג מיט אונז. יעצט איז א צייט וואס מען דארף זיך מתבונן זיין אין די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז, און אים דאנקען און לויבן אויף אלע חסדים.


וויסן זאלסטו אז חנוכה איז א צייט פון חינוך; דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן האסט חתונה געהאט, דו האסט ליכטיגע קינדער, דארפסטו אלעס לייגן אין דער זייט צו קענען זיין גרייט צו צינדן די מנורה מיט דיינע קינדער. מען דארף אהיים קומען צייטליך פון דער ארבעט אז מען זאל קענען צינדן די מנורה מיט די קינדער.


מען זעט היינט ליידער אז זייער אסאך קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט השם ירחם, יעדער פרעגט וואס מען קען טון צו ראטעווען אונזערע קינדער, וואס מען קען טון אז די קינדער זאלן נישט אוועקפאלן; אויב די קינדער האבן א ווארעמע שטוב, די טאטע מאמע פארברענגען מיט זיי, דער טאטע מאמע געבן אוועק זייער צייט פאר זיי, דעמאלט וועלן די קינדער זוכן אהיים צו קומען, און וועלן מאכן נחת פאר זייערע עלטערן. קלוגע עלטערן וועלן ענדערש פארברענגען מיט די קינדער ווי צו גיין פארברענגען מיט חברים, ווייל יעדע מינוט וואס מען געבט אוועק פאר די קינדער איז א זיכערע און אייביגע ריווח.


דערפאר בעט איך דיר זייער, זאלסט אהיים קומען חנוכה צייטליך אנצוצינדן די מנורה; מיר פירן זיך אנצוטון בגדי שבת בשעת מען צינדט אן די מנורה, און מען בלייבט מיט די בגדי שבת במשך די האלבע שעה וואס מען זיצט ביי די ליכט.


די סדר הזמירות וואס מען זינגט, דאס איז אפגעדרוקט אין ספר נר להצדיק; אויך האבן מיר ארויס געגעבן אין אידיש "סדר הדלקת נר חנוכה", דארט איז דא דער סדר פון די זמירות. נאכדעם ווען מען ענדיגט זינגען די זמירות, פארציילט מען פאר די קינדער די נס פון חנוכה, כדי אריין צו ברענגען אין זיי אמונה פשוטה, זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ב, ד) אז די יוונים האבן גוזר געווען "כִּתְבוּ לָכֶם עַל קֶרֶן הַשּׁוֹר, שֶּׁאֵין לָכֶם חֵלֶק בֶּאֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל", מען זאל אויפשרייבן אויפן הארן פונעם קו ווערטער אנקעגן די אמונה; לכאורה דארף מען פארשטיין, וואס עפעס האבן זיי דאס געהייסן אויפשרייבן אויף די הארן פונעם קו. נאר מוהרא"ש זאגט, אז די יוונים האבן געוואלט אויסרייסן די אמונה שוין פון די גאר קליינע קינדער וואס זענען נאך אין וויגעלע, וואס טרינקען פון א באטל. אמאליגע צייטן פלעגט מען מאכן פונעם הארן א באטל פאר קינדער, אזוי ווי מען זעט אין די גמרא (שבת לה:) אז א קרן איז נישט מוקצה, ווייל עס איז ראוי פאר א קינד צו טרינקען פון דעם; דאס האבן די יוונים געוואלט, אז אפילו די גאר קליינע קינדער וואס ליגן נאך אין וויגעלע, זיי טרינקען נאך פונעם באטל, אויף זייער מילך באטל זאל שטיין אויסגעקריצט אז מיר גלייבן נישט וכו'.


דערפאר דארפן מיר טון פונקט דאס פארקערטע פון זיי, אריין לייגן אין די גאר קליינע קינדער אמונה, ווי מער זינגען ניגונים פון אמונה, רעדן פון אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): ווי מער מען רעדט דיבורי אמונה איז מען זוכה צו א שטערקערע אמונה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְך בְּפִי", דוד המלך זאגט, איך גלייב אינעם אייבערשטער ווייל איך רעדט דיבורי אמונה; דערפאר איז זייער גוט צו דערציילן פאר די קינדער מעשיות פון תפילה - יעדע זאך וואס דו האסט געבעטן דעם אייבערשטן און דו האסט עס באקומען, ווייל ווען מען רעדט פון תפילה, מען רעדט פון אמונה, ברענגט דאס אריין אין די וואס הערן די מעשיות - זייער א שטארקע אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים. 


א פרייליכן חנוכה.