מכתב יומי

כה כסלו תשע"ט

December 03 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, נר א' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מיר שטייען יעצט אין די טעג פון חנוכה וואס קומט אונז ווייזן ווי ווייט מען דארף זיך מחי' זיין מיט יעדע קלייניקייט.


די הייליגע כהנים - די חשמונאים - ווען זיי זענען אריין געקומען אין בית המקדש האבן זיי געזען ווי אלעס איז טמא, אלעס איז צעבראכן, און דער אייבערשטער האט געהאלפן אז זיי האבן געטראפן דעם קליינעם קריגעלע אויל האבן זיי קודם געצינדן די מנורה מיט דאס ביסל אויל און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז עס האט געברענט אכט טעג ביז מען האט געקענט ברענגען די פערטיגע כשר'ע אויל.


זעט מען פון דעם אז ביים אייבערשטן איז חשוב יעדע קלייניקייט; אפילו אלעס איז טמא, אלעס איז צעבראכן און אלעס איז חרוב, אבער די קליינע פך שמן טהור דאס האט דער אייבערשטער ליב. ווען מען נעמט דאס, מען צינדט דאס אן און מען איז זיך מחי' מיט דעם, העלפט דער אייבערשטער אז עס פאסירט ניסים.


איך פארשטיי דיינע בלבולים וואס דו גייסט אריבער; דו האסט שוין אזוי לאנג צוריק געוואלט זיין א גוטער איד און למעשה דערזעסטו זיך אבער ווי דו האלסט אין איין פוגם זיין, דו פאלסט נעבעך אראפ אין די געמיינע עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אלעס איז טמא; דאך זאלסטו נעמען דעם 'פך שמן טהור', דאס הייסט קוק אויף דיינע נקודות טובות און זיי זיך מחי' דערמיט, זיי זיך מחי' מיט דיין תפילין און ציצית. ווי נישט ביסטו אנגעפילט מיט מצוות, אזוי ווי עס שטייט (שיר השירים ד, ג): "כְּפֶלַח הָרִמּוֹן רַקָּתֵךְ", אזוי ווי די קערלעך פון א מילגרוים - זענען די אידן, דאס הייסט אזוי ווי א מילגרוים איז פול מיט קערלעך אזוי זענען מיר אנגעפילט מיט מצוות און מעשים טובים (ברכות נז:).


ווען א מענטש זינדיגט ווערט ער פארשמירט, - מיר זעען דאס נישט ווייל מיר זעען נישט די נשמה, מיר זעען נאר דעם גוף - יעדע עבירה וואס מען טוט ווערט דורכדעם א פלעק אויף די נשמה און ביז ווילאנג דער מענטש טוט נישט תשובה בלייבט נעבעך זיין נשמה פארשמירט, דעריבער דארף א מענטש קומען צום אייבערשטן און אים זאגן: "טאטע, זיי נישט ברוגז אויף מיר; איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל, וואס זאל איך טון אז איך בין אזוי צוגעקלעבט צו מיינע שלעכטע מעשים? וויפיל איך פראביר זיך אפצורייסן דערפון גייט עס מיר נישט, איך פאל אראפ מער און מער"; און דורכדעם ווערט ער אפגעוואשן פון קאפ ביז פיס, זיין נשמה ווערט ריין.


די ארבעט פונעם יצר הרע איז אוועק צו נעמען מענטשן פונעם אייבערשטן; האט ער דאך מורא אז דער מענטש וועט זיך אפוואשן דורכדעם וואס ער וועט שרייען צום אייבערשטן און אים זאגן די פאר ווערטער: "טאטע, איך וויל זיין גוט, טאטע איך וויל זיין ערליך", דערפאר מאכט ער אז דער מענטש זאל שפירן ביי זיך ווי קיינער דארף אים נישט און ווי דער אייבערשטער איז חס ושלום ברוגז אויף אים, אזוי פארמיידט ער אז דער מענטש זאל רעדן צום אייבערשטן.


דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, הער נישט צו צו דעם יצר הרע, הער ענדערש צו צום הייליגן רבי'ן וואס האט געזאגט: "עס איז נישט דא קיין יאוש"; דער רבי האט געשריגן (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל!" זאגט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קנג) אז דער רבי האט דאס געשריגן מיט זיין גאנצע כח, ער האט געשריגן בקול גדול: "גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען"; עס איז נישט דא אזא זאך ווי יאוש, עס איז נישט דא א מענטש וואס קען נישט תשובה טון און עס איז נישט דא קיין עבירה וואס מען קען נישט מתקן זיין.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן; מען דארף גלייבן אין דעם און וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן אונזער תשובה, ער ווארט אז דער מענטש זאל זיך צוריקקערן צו אים.


יעצט אין די הייליגע חנוכה טעג קען זיך א מענטש אינגאנצן באנייען און אנהייבן פונדאסניי; דער עיקר דארף מען זיך באנייען צו פאלגן דעם רבי'ן מיטן מאכן 'התבודדות' יעדן טאג. עס קומט טאקע אן זייער שווער ווייל דער ס"מ מאכט אז דער מענטש זאל נישט שרייען, אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה מבערגיר ועני) אז דער רוצח האט געזאגט פארן בת קיסר: "אויב דו געבסט איין שריי, וועל איך דיר דערווערגן און הרג'ענען"; דער רוצח דאס איז דער ס"מ, ער האט מורא פון דאס געשריי וואס א מענטש שרייט צום אייבערשטן, ווייל מיט איין שריי וואס מען שרייט צום אייבערשטן ווערט ער אויס, אלע עבירות וואס מען האט געטון ווערן אפגעווישט און מען ווערט זייער נאנט צום אייבערשטן, עם כל זה זאלסטו זיך באנייען און אנהייבן רעדן צום אייבערשטן; גיי אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און פארצייל אלעס פארן אייבערשטן, שמועס דיר אויס דיין הארץ צום הייליגן באשעפער, זאג אים: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות! איך בין אזוי טיף פארפלאנטערט געווארן וכו' וכו', איך דארף אן עצה און א ישועה, איך וויל זיין ערליך און גוט; וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ברענט אין מיר, ער מאכט מיר משוגע יעדן טאג און ער ווארפט מיר אראפ אין עבירות. וויפיל איך וויל זיין וואויל, פאל איך נאך אלץ אראפ", אזוי זאלסטו מאריך זיין מיט דיינע אייגענע תפילות.


חנוכה זאלסטו אהיים גיין פרי כדי אנצוצינדן די מנורה צייטליך; מיר פירן זיך אנצוטון בגדי שבת בשעת מען צינדט אן די מנורה - סיי פאר זיך און סיי פאר די קינדער – דורכדעם ווערט איינגעקריצט אין זייער מח די הערליכע בילד ווי זייער טאטע זיצט מיט די שבת'דיגע קליידער ביי די מנורה, אזוי ארום וועלן זיי אויך אנצינדן די מנורה ווען זיי וועלן ווערן גרויס. בלייב מיט די שבת'דיגע קליידער ווי לאנג דו זיצט ביי די ליכט.


קוק אריין אין ספר נר להצדיק וואו דו וועסט זען די סדר הזמירות וואס מען זינגט, נאך די זמירות זאלסטו פארציילן פאר די קינדער די נס פון חנוכה כדי אריין צו ברענגען אין זיי אמונה פשוטה אז זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן און וויסן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, נאכדעם זאלסטו זיין געבן חנוכה געלט.


איך גיי יעצט אריבער א שווערע צייט מיט די מוסד, מיר דארפן באצאלן אונזערע טייערע מלמדים און איבערגעגעבענע טיטשערס; אויב דו קענסט העלפן מיט עפעס רוף אריין אין אפיס.


א פרייליכן חנוכה!