מכתב יומי

כה ניסן תשע"ח

April 10 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני-ב, כ"ה ניסן, י' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז דער יארצייט פון הייליגן צאנזער רב זכותו יגן עלינו.


עס איז באוואוסט אז דער הייליגער דברי חיים פלעגט זאגן די דרייצן אֲנִי מַאֲמִין'ס עטליכע מאל א טאג, ער פלעגט דאס זאגן אין אידיש: "אֲנִי מַאֲמִין - איך גלייב", און ער פלעגט דאס זאגן מיט זיין נאמען: "חיים גלייבט, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה - שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים, וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים", אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן און ער פירט דער וועלט, נאר ער אליין טוט אלעס און וועט אלעס טון; אזוי האט דער הייליגער צדיק זיך גע'חזר'עט אפאר מאל א טאג די אמונה. הלואי זאלן מיר זאגן די דרייצן "אֲנִי מַאֲמִין'ס" איין מאל א טאג, ווייל ווי מער מען חזר'ט די אמונה ווערט עס מער און מער אריין געקריצט אינעם מענטש.


מוהרא"ש זאגט אז מען זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן די אֲנִי מַאֲמִין'ס גלייך נאך ברכות התורה; מען זאל אנהייבן דעם טאג מיט דעם און דאס וועט העלפן אז אלעס וועט גיין געשמאק און רואיג, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פב): "וְזֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִים שֶׁלִּפְעָמִים הוֹלֵך לְהָאָדָם שֶׁלּא כְּסֵדֶר", דאס וואס מען זעט אז אלעס גייט פארקערט ווי מען וויל, "שֶׁאוֹמֵר: אֲנָּא אֶמְלֹך, בָּזֶה הוּא מְחַלֵּק וּמַפְרִיד אוֹתָהּ מֵהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", דאס קומט צוליב דעם וואס דער מענטש זאגט: "איך וויל!" און ער טיילט זיך אפ פונעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁהוּא מְחַלֵּק אֶת מַלְכוּת לְעַצְמוֹ, אֲזַי הוֹלֵך לוֹ שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר", איינמאל אז מען טיילט זיך אפ פונעם אייבערשטן גייט אלעס פארקערט ווי מען וויל.


דערפאר דארף מען זיך אינגאנצן איבערגעבן צום אייבערשטן און גארנישט וועלן, נאר שטענדיג טראכטן ביי זיך: 'ווי אזוי דער אייבערשטן וויל - בין איך צופרידן', דעמאלט וועט אלעס גיין ווי דער מענטש וויל.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ב) ער פירט זיך אז ער געט איבער דעם טאג פארן אייבערשטן, און ער מאכט אפ ביי זיך אז ווי אזוי דער אייבערשטער וויל, זאל ער עס פירן; "בפרט ערב שבת און ערב יום טוב פיר איך מיר איבער צו געבן פארן אייבערשטן דעם טאג". אזוי האט מען נישט נאכדעם קיין ספיקות און בלבולים צי מען האט אויס גענוצט דעם טאג ריכטיג וכו'.


איך האף אז דו וועסט זיך צוגעוואוינען צו זאגן יעדן טאג די דרייצן אֲנִי מַאֲמִין'ס ביז דאס וועט דיר שוין זיין שגור על פיו, דורכדעם וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.