מכתב יומי
כה ניסן תשפ
April 19 2020
‹ ›[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר טהרה, כ"ה ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר,
דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיר נישט; ווייל ווען עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פוס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויפ'ן ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר - און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס וועט ער זייער חרטה האבן, טראכטנדיג: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.
איך בעט דיר זייער, פארוואס זאלסטו נישט פאלגן דעם רבי'ן; פארוואס זאלסטו זיין פון די כיתות וואס ווייסן פון רבי'ן און פאלגן נישט? פארוואס זאלסטו נישט נעמען א חומש, א משניות און א גמרא און לערנען, דאס וועט וועט דיר אפוואשן פון אלעם שלעכטס, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער ליגט שוין אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק, לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
ווען דער רבי האט געזאגט דער שיחה האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן", האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס; אפילו א מענטש האט פוגם געווען אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט יעדן טאג לערנען תורה, ער וועט זיך מאכן א קביעות צו לערנען 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד".
היות מען קען נישט עפענען די חדרים און ישיבות, נאכדעם וואס די שטאט האט ארויסגעגעבן א גזירה אז נאך א חודש דארפן אלע חדרים, ישיבות און מיידל שולעס זיין פארשלאסן, וועט מען טיילן עסן; איך וועל זיין אין ישיבה א גאנצע וואך העלפן טיילן עסן, מען וועט נישט קענען אריין קומען אין בנין נעמען עסן נאר אין די באשטימטע צייטן, מען וועט נישט עפענען די טיר פאר קיינעם אן קיין אויסנאם; זע צו שיקן די קינדער צייטליך זיי זאלן נישט בלייבן הונגעריג.
מיטוואך נאכט - ערב ראש חודש אייר וועט מען אויסטיילן עסן פאר פרויען, סיי אין ישיבה און אויך אין קרית יואל.
ברודער איך בעט דיר: הייב זיך אויף! הייב אן פונדאסניי! פארוואס ביסטו אזוי דיפרעסט? וואס איז מיט דיר?! ביסט אראפ געפאלן? - הייב זיך אויף, פארוואס זאלסטו בלייבן אין אזא מרה שחורה, אין אזא דיפרעסיע? מיר האבן א גרויסער רבי וואס האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיב): "אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס גלייב אז דו קענסט געבן א פאררעכט".
איך בין שוין צוריק אין וויליאמסבורג נאכן וויילן במשך דעם יום טוב אין קרית ברסלב ליבערטי ניו יארק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - א' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר,
דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה ארויס צו גיין פון יעדן פלאנטער, די עצה הייסט "התבודדות"; א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף די פשוט'ע שפראך, אויף זיין מאמע לשון; אויף די שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן.
זוך דיר יעצט אויף א ווינקעלע און שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן, בעט אים: "רבונו של עולם, ווי לאנג נאך? ווי לאנג וועל איך זיך אזוי מוטשען? איך וויל שוין זען ליכטיגקייט, איך וויל שוין ארויס גיין פון מיין פלאנטער".
וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, עס איז א מחי' דאס לעבן ווען מען לעבט מיט התבודדות, עס איז אן אנדערע לעבן ווען מען רעדט צום אייבערשטן, עס איז הימל און ערד דער וואס לעבט מיט התבודדות, מען שפירט ווי מען קען אטעמען; "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב ה' (תהלים לד, ט)", פרוביר דאס אויס, זאג ארויס אפאר ווערטער וועט דיר שוין ווערן אויפ'ן פלאץ אין די מינוט גרינגער; "טאטע העלף מיר!! טאטע האב רחמנות אויף מיר"!
איך האף אז דו ליינסט מיינע בריוו; איך שטרענג זיך אן דיר צו שרייבן, איך וויל דיר נישט לאזן פאלן, איך וויל דיר מחזק זיין; איך ווארט צו הערן פון דיר.