מכתב יומי
כה ניסן תשפ"א
April 07 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט איז די יארצייט פונעם גרויסן צדיק דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו.
מוהרא"ש ברענגט אז דער הייליגער דברי חיים פלעגט זאגן כמה פעמים יעדן טאג די אני מאמין'ס מיט א גרויסע דביקות און ברען; איז היינט א פאסיגע צייט זיך מקבל זיין צו זאגן יעדן טאג לכל הפחות איין מאל די דרייצן אני מאמין'ס, דאס איז מסוגל צו שטארקן די אמונה. אויך טוט דאס בארואיגן דעם מענטש, ווען מען זאגט די ווערטער: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה", איך גלייב מיט א שטארקע אמונה, "שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא", אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן, "וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים", און דער אייבערשטער אליינס פירט דער וועלט, "וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים", נאר ער האט אלעס געטון, ער אליין טוט אלעס און ער וועט טון אלעס.
איך בעט דיר זייער, קוק נישט אויף אנדערע, זוך נישט קיין שלעכטס אין אנדערע, זוך נישט צו פאררעכטן די וועלט; זוך ווי אזוי דו קענסט זיך אליינס פאררעכטן. מוהרא"ש דערציילט אז דער הייליגער צאנזער רב האט געזאגט: "אין די יונגע יארן האב איך געוואלט פאררעכטן די גאנצע וועלט און איך האב געזען אז איך קען נישט, ווען איך בין עלטער געווארן האב איך געוואלט פאררעכטן מיין שטאט און איך האב געזען אז איך קען נישט, ווען איך בין נאך מער עלטער געווארן האב איך געוואלט פאררעכטן מיין משפחה און ווען איך האב געזען אז עס איז נישט מעגליך האב איך אפגעמאכט אז איך וועל מיך פרובירן צו פאררעכטן".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
חסדי השם יתברך מיר האבן אנגעהויבן נאך א זמן אין ישיבה מיט פרישע כוחות, עס זענען דא פרישע תלמידים וואס זענען געקומען נעמען חיות פונעם נחל נובע מקור חכמה.
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אֲבֹתֵינוּ, איך דאנק און לויב דעם אייבערשטן, שֶׁשַּׂמְתָּ חֶלְקִי מִיּוֹשְׁבֵי בֵּית הַמִּדְרָשׁ, אז איך האב זוכה געווען ביז אהער צו זיצן אין בית המדרש מיט תלמידים, וְלֹא שַׂמְתָּ חֶלְקִי מִיּוֹשְׁבֵי קְרָנוֹת, איך האב נישט מיט קיין לצים וואס פארברענגען זייערע יארן מיט נארישקייטן, אֲנִי עָמֵל וְהֵם עֲמֵלִים, יעדער איינער מוטשעט זיך, אֲנִי עָמֵל וּמְקַבֵּל שָׂכָר, געלויבט דעם אייבערשטן אז אונזער מוטשע איז פאר גוטע זאכן, מיר לעבן מיט אמונה, מיר פארשפרייטן די אמונה, אֲנִי רָץ וְהֵם רָצִים, אלע יאגן זיך, אויף אלעמען גייט איבער וואס גייט אריבער, אֲנִי רָץ לְחַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא, מיר יאגן זיך צו פארשפרייטן חיי עולם הבא; מיר פארשפרייטן די זיסע עצות וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט - די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, מען זאל זיך נישט לאזן נארן אין דעם און יענעם, מיר זאלן געדענקען אז דער אייבערשטער פירט אלעס, ער איז אלעס און טוט אלעס.
עס איז נישט גרינג צו זיין מיט בחורים, עס איז נישט גרינג צו האבן צו טון מיט א רבים; דאך דאנק איך דעם אייבערשטן פאר די זכיה און איך בעט אויף ווייטער, איך זאל האבן כח מיין גאנץ לעבן צו לערנען מיט אידישע קינדער, אריינלייגן אין בחורים ליבשאפט צום אייבערשטן און זיי אנגרייטן חתונה צו האבן. איך בעט דעם אייבערשטן צו זיין דער גוטער שליח צו קענען טרעפן שידוכים פאר אלע בחורים און זיי ווייזן דאס שיינקייט פון די לעבן מיט די תורה.
איך האב א שיינע מעשה וואס דו וועסט הנאה האבן דערפון, יארן צוריק האט מוהרא"ש געפרעגט א בחור וואס האט דעמאלט געלערנט אין ישיבה: "האסט הנאה אין ישיבה?" און דער בחור האט געזאגט: "יא"; פרעגט אים מוהרא"ש: "פארוואס האסטו הנאה אין ישיבה?" דער בחור איז דעמאלט געווען א נייער תלמיד, ער איז געווען זייער פרייליך, ער זאגט פאר מוהרא"ש: "דער ראש ישיבה שליט"א מאכט גרינג אידישקייט", זאגט אים מוהרא"ש: "ניין, עס איז נישט אמת; דער ראש ישיבה מאכט נישט גרינג אידישקייט, אידישקייט איז גרינג, אידישקייט איז שיין; דער ראש ישיבה ווייזט דיר וואס אידישקייט איז!"
איך האב זייער הנאה געהאט צו הערן די ווערטער פון מוהרא"ש, ווייל דאס איז וואס איך פרוביר צו טון אלע יארן מיט די בחורים; זיי זאלן נישט אנקוקן די תורה ומצוות ווי עפעס א ביטערע זאך, נאר זיי זאלן ליב האבן די מצוות.
איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים, זיי ווארטן אויף מיר.
היינט נאכט וועט זיין א פרויען צאמקום, פרעג אין שטוב אויב מען וויל קומען; פרעג עס מיט חכמה, נייט נישט, גיי נישט בכח, עס וועט גארנישט העלפן אז דו וועסט איר הייסן וכו'; פרעג איר אויב זי וויל קומען, אויב זי איז נאכנישט דערביי - זאלסטו ווארטן. מיט סבלנות קומט מען אן אסאך ווייטער, די אלע וואס זענען געגאנגען בכח האבן נאכדעם חרטה געהאט.
איך האף דו פארשטייסט וואס איך מיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שמיני, כ"ו ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
יעצט איז דער יום הולדת פון אונזער מחי'דיגע חדר; שנת תש"ע, אסרו חג פסח האבן מיר געעפנט די ערשטע ברסלב'ע תלמוד תורה אין אמעריקע. מען האט ארויסגעווארפן מיינע קינדער פון חדר; איך בין געווען אזא פארברעכער אז מיינע קינדער האבן נישט געטארט זיין אין חדר, אלעס צוליב דעם חטא אז איך האב געעפנט א ישיבה פאר בחורים, איך האב אריינגענומען בחורים וועם קיינער האט נישט געוואלט נעמען.
פרעג נישט וואס דעמאלט האט פאסירט, מען האט מיר באזינגען אין די גאסן; איך האב געהאט כבוד פון אלע קינדער, אלע האבן געשריגן מיין נאמען מיט מיאוס'ע ווערטער. מיינע קינדער זענען נאך געווען קליין, זיי האבן מיר געפרעגט: "טאטי, וואס מיינט 'פוי'? טאטי וואס מיינט 'מניוול'"? דאס איז געווען פאר מיר זייער שווערע שאלות, איך האב געדארפט אכטונג געבן זיי זאלן נישט ווערן וויי געטון, זיי זאלן נישט אויפוואקסן מיט האס אויף מיר, אז זיי האבן געליטן צוליב מיר וכו' וכו'.
איך קוק צוריק, איך דאנק דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס וואס ער האט דעמאלט געטון מיט מיר, סיי אז מען האט מיר פארשיקט און סיי אז מען האט פארשיקט מיינע קינדער; איך וויל נישט טראכטן וואס וואלט געווען ווען איך בלייב ווען ארבעטן ביי אנדערע און ווען מיינע קינדער לערנען ווייטער ביי אנדערע - "הֲרֵי אָנוּ וּבָנֵינוּ וּבְנֵי בָנֵינוּ מְשֻׁעְבָּדִים הָיִינוּ", וואלט איך געווען באהאלטן אין מייזן לאך, "וְעַכְשָׁיו קֵרְבָנוּ הַמָּקוֹם לַעֲבוֹדָתוֹ", דער אייבערשטער האט מיר מקרב געווען צום רבי'ן מיט מיינע קינדער און מען האלט שוין היינט אז די תלמידים זיי זענען די מלמדים, מען האלט שוין ביי צוויי דורות, נאך אביסל וועלן מיר אנטקעגן גיין משיח מיט אונזערע דורות.
דער חדר איז א נס פאר אונז, די קינדער וואקסן אויף מיט'ן רבי'ן, די קינדער וואקסן אויף מיט הפצה, די קינדער וואקסן אויף מיט התבודדות; אדרבה, קום אריין אין חדר, איבערצייג זיך אליינס וואס דא גייט פאר, כאפ אן א קינד און פרעגט אים: "וואס טוסטו בעת צרה? וואס טוסטו ווען דו דארפסט עפעס?" אלע וועלן ענטפערן בפה אחד: "איך בעט דעם אייבערשטן, איך רעד צום אייבערשטן".
אומאן איז נישט קיין פארשעמטע זאך; די קינדער ווארטן אויף דעם, זיי בעטן אויף דעם, זיי ווילן קומען צום רבי'ן; דאס איז די וואונטש פון יעדן קינד, צו קענען קומען צום רבי'ן.
איך שרייב דיר אביסל כדי דו זאלסט וויסן וואס איך בין אריבער פאר דיינע קינדער, איך וויל דו זאלסט דאס אריינלייגן אין דיין הודאה; ווען דו דאנקסט דעם אייבערשטן אויף דיין לעבן זאלסטו געדענקען צו דאנקען אז מיר האבן מוסדות פאר אונזערע קינדער וואו זיי ווערן נתחנך בקדושה ובטהרה, איך וויל דו זאלסט בעטן אויף ווייטער, מיר זאלן האבן כח ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז.
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר ממשיך זיין; מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "ווען מען כאפט א פאטש געבט מען נישט צוריק איין פאטש, מען געבט צוריק אפאר פעטש"; מוהרא"ש האט אונז געלערנט ווי אזוי מיר זאלן זיך פירן, ווען עס גייט אריבער שווערע צייטן זאל מען זאגן 'איך האב נישט מורא, איך וועל דיר צוריק געבן צוויי פעטש; איך הייב אן לערנען מער משניות, איך הייב אן לערנען מער שיעורים'.
פסח בין איך געווען אין שטעטל; איך ווייס נישט וואס דו זאגסט, ווי דו שטייסט; עס זענען דא וואס לאכן זיך אונטער, עס זענען דא וואס שטייען שוין יעצט יא מיט, איך זאג דיר: אזוינס האסטו נאכנישט געזען, א חלום, א קהילה וואס איז געבויט אויף חסד, א קהילה וואס אלע זענען פרייליך, אלע לעבן פאר זיך; נישטא קיין קנאה, שנאה און תחרות, יעדער לעבט פאר זיך מיט'ן הייליגן באשעפער; אלע גייען התבודדות, די קינדער וואקסן אויף ריין, אזוי ווי מוהרא"ש האט געמאכט אין ארץ ישראל - האבן מיר אין אמעריקע, אלע איינוואוינער האבן מיט הפצה; איין משפחה מאכט די שאלות ותשובות אין ענגליש, א צווייטע משפחה מאכט די גליון אין ענגליש; דער דרוקט און דער פארשפרייט, א דריטער מאכט חיזוק יומי; אלע אן אויסנאם האבן שייכות מיט פארשפרייטן די אמונה אויף די וועלט.
איך וועל דיר נאך שרייבן אין אן אנדערע געלעגנהייט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.