מכתב יומי

כח סיון תשע"ט

July 01 2019

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ווען א מענטש זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן, פארלירט ער זיין פרנסה. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס ווארפט אראפ ברויט ברעקלעך וועט זיין ארים, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארימאן; אזוי אויך ווערט מען א שלעכטער מענטש, מען פייניגט די ווייב און קינדער (עיין שיחות הר"ן, סימן רמט).


די עצה ארויס צו קריכן פון די עבירה איז דורך שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם! ראטעווע מיר פון דעם יצר הרע וואס מאכט מיר פשוט משוגע, ער ווארפט מיר כסדר אראפ אין די עקלדיגע עבירה".


איך בין אוועקגעפארן פון שטאט פאר צען וואכן; מיר זענען אין מאנטיסעלאו אין מחנה היכל הקודש ברסלב. איך בענק זיך נאך דיר, איך טראכט פון דיר, איך ווארט צו הערן פון דיר.


היינט האבן מיר מסיים געווען "ספר שמואל ב'" און אם ירצה ה' מארגן הייבן מיר אן "ספר מלכים"; אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מחזק אריין צו כאפן יעדן טאג תורה ותפלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.