מכתב יומי

כו שבט תשע"ח

February 11 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ו שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט. ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און ווייל מען איז נישט פרייליך.


שטארק דיר און זיי פרייליך; דאנק דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, אפילו דו האסט נישט מיט וואס צו זיין פרייליך זאלסטו זיך פרייען מיט דעם וואס דו ביסט א איד און נישט קיין גוי.


דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן די ברכות השחר הויך אויפן קול, איין טאג האט ער אויסגעלאזט די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צום הייליגן בארדיטשובער רב און אים געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחיה און מחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, האב איך גלייך געמאכט די ברכה שלא עשני גוי און מיט דעם האב איך מיך מחי' געווען"; זעט מען פון דעם אז אסאך מאל קומט דער יצר הרע און מאכט אז דער מענטש זאל ווערן זייער דעפרעסט און מען קען זיך נישט מחזק זיין מיט גארנישט, דארף מען זיך פרייען מיט דעם אז א גוי בין איך נישט, איך בין א איד!


הער אויף צו טראכטן פון דיין עבר, הער אויף זיך צו עסן מיט וואס דו האסט געטון. דער הייליגער רבי זאגט (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפט) אז דער ס"מ דארף נישט די עבירה פונעם מענטש, ער דארף די עצבות און מרירות וואס קומט ארויס פון די עבירה; קוק אויף פאראויס, טראכט וואס קען איך יעצט טון.


פאר צוויי יאר צוריק האבן מיר געמאכט א שיעור שבת אינדערפרי פארן דאווענען אין דעם ספר "פעולת הצדיק"; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן – זאגט דער רבי – אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן און מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד, ווען מען זעט צו וואס דער צדיק האט זוכה געווען ווען ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות און מען וויל אויך ווערן א צדיק.


געלויבט דעם אייבערשטן אז דעם שבת האבן מיר מסיים געווען דעם גאנצן ספר פעולת הצדיק און דעם קומענדיגע וואך וועלן מיר נאכאמאל אנהייבן דעם הייליגן ספר; מאך דיר אויך א שיעור אין דעם ספר, וועסטו זוכה זיין צו א ריינע מח.


דער רבי זאגט (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רלד): "עַל יְדֵי סִפּוּרֵי מַעֲשִֹיּוֹת מִצַּדִּיקִים, נִטְהָר הַמֹּחַ מַחְשָׁבָה, וְזוֹכֶה לְמוֹחִין נְקִיִּים", דורך מעשיות פון צדיקים באקומט מען א ריינע מח און מען טראכט ריינע מחשבות; נאך זאגט דער רבי (ספר המדות, אות צדיק, סימן קנז): "עַל יְדֵי סִפּוּרֵי מַעֲשִֹיּוֹת מִצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה זוֹכִים לְהִתְקָרֵב לָהֶם", אז מען לערנט מעשיות פון צדיקים איז מען זוכה צו ווערן נאנט צום צדיק; נאך זאגט דער רבי (שם, אות בגדים, חלק ב', סימן א'): "עַל יְדֵי סִפּוּרֵי מַעֲשִֹיּוֹת מִצַּדִּיקִים מַמְשִׁיכִים אוֹר שֶׁל מָשִׁיחַ בָּעוֹלָם, וְדוֹחֶה הַרְבֶּה חוֹשֶׁך וְצָרוֹת מִן הָעוֹלָם, גַם זוֹכֶה לִבְגָדִים נָאִים", אז מען פארציילט מעשיות פון צדיקים איז מען זוכה צו ברענגען די ליכטיקייט פון משיח אויף דער וועלט און מען נעמט אוועק אסאך צרות פון דער וועלט, אויך איז מען זוכה צו שיינע קליידער.


אויב דו פארסט אויף אומאן ביטע זיי מיר מודיע, ווייל איך זוך כסדר שליחים צו טראגן געלט מיר זאלן קענען ענדיגן דעם בנין וכו'. 


מארגן וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור פאר די אינגעלייט וואו איך ווארט דיר צו זען; לאמיר זיך מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן.