מכתב יומי

כה שבט תשע"ט

January 31 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט איז זייער גרינג צו זיין א מקדש שם שמים, ווייל אמאל האט מען זיך געדארפט לאזן פארברענען פאר קידוש השם צו זיין א מקדש שם שמים, אבער היינט צו טאגס איז א יונגערמאן וואס פירט זיך אויף ערליך א ריכטיגער מקדש שם שמים ברבים.


מענטשן שטעלן מיר כסדר אפ און גיבן מיר גריסן פון תלמידים פון ישיבה ווי זיי מאכן א קידוש השם מיט זייער התנהגות, ממש וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנד): "עוֹד יִהְיֶה זְמַן שֶׁמִּי שֶּׁיִּהְיֶה אִישׁ כָּשֵׁר פָּשׁוּט, יִהְיֶה חִידוּשׁ גָדוֹל כְּמוֹ הַבַּעַל שֵׁם טוֹב", עס וועט זיין א צייט וואס ווער עס וועט זיין אן ערליכער איד, א פשוט'ער איד, וועט זיין אזא חידוש אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו.


אז דו ארבעטסט מיט מענטשן וואס היטן נישט זייער מויל און דו רעדסט נאר איידל, דו רעדסט נישט קיין ניבול פה - ביסטו שוין א חידוש עצום, אז דו גייסט נאכאמאל אין שול נאך אזויפיל ירידות און נפילות ביסטו נישט סתם א חידוש – דו ביסט א חידוש שבחידושים, און אז דו טראכסט פון א צווייטן איד אינמיטן דיין פארנומענע צייטן, דו געסט א ספר א קונטרס וכו' וכו' פאר א איד - ביסטו דאך ממש א צדיק.


איך בעט דיר זייער, פארמאך דיינע טשענל'ס פון שלעכטע זאכן און היט זיך דיינע אויגן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין סג:): איינע פון די טמא'נע פייגלעך איז דער 'אַיָּה' וואס מען רופט 'רָאָה', "וְלָמָּה נִקְרָא שְׁמָהּ רָאָה?" פארוואס רופט מען איר מיט'ן נאמען 'רָאָה?' "שֶׁרוֹאָה בְּיוֹתֵר", ווייל זי זעט זייער ווייט, "עוֹמֶדֶת בְּבָבֶל וְרוֹאָה נְבֵלָה בְּאֶרֶץ יִשְׂרָאֵל", זי קען שטיין אין בבל און זען א נבילה ביז אזוי ווייט ווי ארץ ישראל; דאס פארשטייט מען היינט צו טאגס זייער גוט, אז מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע קען מען שטיין אין איין זייט וועלט און זען א נבילה אויף די אנדערע זייט וועלט, מען קען זיצן ביי זיך אין אפיס, צי אין קאר וכו' וכו' מיט א קליינעם טעלעפאון און קוקן עקלדיגע זאכן רחמננא לצלן. בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך בין דאך ממש דער 'רָאָה' וואס קוקט וואו עס געפונט זיך א נבילה, און דאס ברענגט מיר 'רָעָה' - אלע שלעכטס, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד", אז דו קענסט נישט רעדן, דו האסט נישט קיין דיבורים, געב כאטש א קרעכץ, געב א פייף צום אייבערשטן וועסטו זוכה זיין ארויס צו קריכן פון דעם און דו וועסט ווערן א ריינע מענטש.


היינט נאכט וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור; פארוואס זאלסטו נישט קומען זיך מחדש זיין און זיך אויפפרישן? אז דו וועסט מיר זאגן דו האסט געטראפן א נייע פלאץ פון ערליכע אידן וואו מען איז דיר מחזק אויף תורה ותפילה וועל איך זיך זייער פרייען, אבער נישט דאס און נישט יענץ, וואס יא? ווער וועט דיר מחזק זיין דו זאלסט גיין אין שול יעדן טאג לייגן טלית ותפילין? ווער וועט דיר מחזק זיין דו זאלסט האבן סבלנות צו דיין ווייב און קינדער, דו זאלסט רעדן שיין צו דיין ווייב?


איך געדענק ווי פריש איך פלעג אהיים קומען פון מוהרא"ש'ס ליל שישי שיעורים; מיר פלעגן פארן אפאר חברים צוזאמען און אויפן וועג אהיים האבן מיר זיך געשפירט ווי מיר זענען ארויס געקומען פון די מערה וואו רבי שמעון איז געווען וכו', עס האט אונז געלאכטן דער וועלט, מיר האבן אלע תשובה געטון. ווען מוהרא"ש האט גערעדט פון שלום בית האבן מיר אלע אפגעמאכט: 'דאס איז עס, מיר גייען זיך איבערבעטן, מיר גייען פון היינט אן רעדן שיין צו די ווייב'; אז מוהרא"ש האט גערעדט פון רעדן צום אייבערשטן האבן מיר אלע אפגעמאכט: 'דאס איז עס, מיר גייען שוין רעדן צום איייבערשטן, מיר גייען מער נישט נאכלויפן קיינעם, נאר דעם אייבערשטן'.


קום צום שיעור ליל שישי וועסטו האבן די זעלבע הרגשה; מוהרא"ש איז דא אין סקילמען סטריט, מוהרא"ש געפונט זיך דארט וואו מען רעדט פון אים. ברוך השם אז דער קאך קאכט און די פייער'ס ברענען און אפילו די פייגלעך פאכענען מיט די פליגלען, זיי צינדן אן דעם פייער און לעשן דעם פייער און ווער עס פארזוכט פון די מאכלים קען שוין נישט דערליידן תאוות ממון וכו' (עיין סיפורי מעשיות מעשה יב, די מעשה פונעם בעל תפילה).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.